דאס הארץ בלוטיגט!!!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

דאס הארץ בלוטיגט!!!

שליחה דורך קל וחומר »

דאס הארץ בלוטיגט,
פון טרערן דערשטיקט,
מ'איז אינגאנצן צעפליקט,
אזא צרה נעבעך געשיקט,

אונז נאכאמאל אויספראבירט,
אזא געשעעניש צוגעפירט,
דער מלאך המשחית ווייטער מארשירט,
מיט בלוט נעבעך אינגאנצן פארשמירט,

קוים געווישט די טרערן פון נעכטן,
הערט מען ווידער א בשורה א שלעכטן,
רבש"ע פארוואס גיבן דעם משחית אזויפיל רעכטן,
צו קענען ביי אונז אזוי פיהל אויסשעכטן,

רבש"ע טוה אונז שוין פון גלות באפרייען,
מאבל ליום טוב איבערדרייען,
טוה אונזער זינד שוין פארצייען,
צו פרייד זיי מהפך אונזערע ווייען.
רעאגיר