לכה דודי נצא בשאלה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

לכה דודי נצא בשאלה

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג פעברואר 23, 2016 3:36 pm

לכה דודי נצא בשאלה,
כסומא הממשש באפילה,
כי אחרי החושך האור בא,
אור שכולו טוב, אין בו רע.

דארט ווי א שאלה פרעגן,
מ׳טוהט נישט מעגן,
דאס מויל מ׳לייגט א שטאפ,
צום ענד - האקט מען די קאפ.

אן ענטפער האב איך נישט געבעטן,
אבער מיין מיינד פליז טוה נישט צוטרעטן,
נישט אלעס קען איך פארשטיין,
מיט א ׳תיקו׳ וועל איך בלייבן שטיין.

א לעבן מיט שאלות און ספיקות,
האט קיינמאל געמאכט היזיקות,
א לעבן מיט קלארע תשובות,
בלוט פארגאסן מיט מלחמות און מריבות.



כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.



נישטא קיין ענטפער פאר יעדע פראגע,
אבער די פראגע איז א שאגה,
די פראגע מוז בלייבן,
עס שרייען, זינגען, און שרייבן.

עס מוז געהערט ווערן אין יעדן ווינקל,
הויך און שטיל, לעכטיג און טונקל,
גרויס און קליין, יונג און אלט,
עס זאל שרייען פון יעדע שפאלט.

לאז איהם פארשטיין און טראכטן פון קינדווייז אן,
לאז איהם פרעגן ׳מה העבודה׳ - אן צוברעכן א צאן,
ושאינו יודע לשאול - את פתח לו,
וועסטו נישט דארפן זיך פארפאנצערן פונעם גוי.

די שאלות מעג זיין מער ווי פיהר,
עס דארף בכלל נישט קיין שיעור,
לאז איהם אויספיהרן די זאץ,
ער מוז נישט קיין תירוץ אויפן פלאץ.


כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.




מה תתן לי - וויל אברהם וויסן,
ער דארפט נישט אן ענטפער אבי צו שיסן,
במה אדע - פרעגט ער ווייטער,
א קלארע ידיעה וויל איך, שרייט ער.

חלילה לך מעשות כדבר הזה - ניין,
אברהם מוז עס פולקאם פארשטיין,
השופט כל הארץ - לאזט ער נישט נאך,
ער וויל עס פארשטיין דאך.

למה הרעותה - פרעגט משה רבינו,
די פראגע שרייט נאך בימינו,
דער ענטפער ליגט אין אונזער בחירה,
איהם צו מאכן בתחתונים א דירה.

אלי אלי למה עזבתני - דוד המלך וויינט,
די שאלה הענגט נאך ביז היינט,
למה תעמוד ברחוק - פארוואס אזוי ווייט,
אין די עק פונעם טונעל זעה איך נישט קיין לייט.


כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.



למה רגשו גויים - האט ער געפרעגט,
דעמאלס האט מען נאך געמעגט,
ער פרעגט - וואלטן מיר געווען אזוי צופרידן,
וואלטן אלע מענטשן געווארן אידן.


למה תראנו עול, ועמל תביט - פרעגט חבקוק,
רבונו של עולם געב נאר א קוק,
ווי אזוי קענען אזוי פיל עוולות ווערן פארשוויגן,
דאס האבן אונזערע אלע נביאים געשריגן.


למה לנצח תשכחנו - האט זיך ירמיה געוואונדערט,
מ׳האלט שוין ביים 21׳סט יאהר-הונדערט,
עס זעהט אויס ווי נצח נצחים,
מיר האבן שוין פראבירט אלע דרכים.

אנא ה׳ הלא זה דברי - רעגט זיך יונה,
אנגעפילט מיט כעס כלפי דעם שוכן מעונה,
דער ענטפער איז איהם נישט אזוי וויכטיג,
דער עיקר איז אז די קשיא איז ריכטיג.


כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.




מה נשתנה - פרעגן מיר אלע,
עס איז נישט קיין נוסח, עס איז אן אמת׳ע שאלה,
הלילה הזה - אזא טונקעלע נאכט,
נוץ די קאפ, געב נאר א טראכט.

די שאלות גייען ארויס פון אונזער מויל,
די ענטפערס זענען די ווידער-קול,
אז די שאלה ווערט נישט פארשוויגן,
איז עס א שיינע זיסע ניגון.

פון א קשיא שטארבט מען נישט,
אבער פון א תשובה - ווערט מען צומישט,
מ׳קען אויך בלייבן ״צריך עיון״,
אם אין כפירה - אמונה מנין.

אויב א תירוץ איז וויכטיג,
איז עס זיכער נישט ריכטיג,
אויב א קשיא מוז א תירוץ,
איז מען מטהר דעם שרץ.

כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 834
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1493 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דינסטאג פעברואר 23, 2016 4:02 pm

@פארוואס? פארוואס? אוי פארוואס?!
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3817 מאל

Re: לכה דודי נצא בשאלה

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג פעברואר 23, 2016 4:21 pm

כ'האף אז די קעפל באציעט זיך נישט צו דעם עברית'ישן טערם 'יצא בשאלה'...

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2863 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2654 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג פעברואר 23, 2016 6:47 pm

קל וחומר האט געשריבן:כ'האף אז די קעפל באציעט זיך נישט צו דעם עברית'ישן טערם 'יצא בשאלה'...

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

לאמיר בלייבן ביי די שאלה...
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 834
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1493 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג פעברואר 23, 2016 7:14 pm

@פארוואס?
הערליך! הערליך שיין, און רירנד.
די גראמען, די געדאנקען, די נוסח. איך בין שפראכלאז!

א באזונדערע רושם האט אויף מיר געלאזט דעם נעקסטן שטיקל. די שטיקל פסיכאלאגיע, איז ווערט א ריזן אשכול פאר זיך:
פארוואס? האט געשריבן:די שאלות גייען ארויס פון אונזער מויל,
די ענטפערס זענען די ווידער-קול,
אז די שאלה ווערט נישט פארשוויגן,
איז עס א שיינע זיסע ניגון.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:33 pm

וחוזרים ואומרים: השיבנו ה' אליך ונשובה, חדש ימינווווו כקעיייידעעעעםם... האט דער מקונן אויסגעפירט מיט בכיות...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8442 מאל

Re: לכה דודי נצא בשאלה

הודעהדורך בר-כוכבא » דינסטאג פעברואר 23, 2016 9:24 pm

זייער שיין. עמוק ומרגש
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 403 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 536 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » זונטאג מערץ 06, 2016 2:32 pm

א גיטן,
כ׳בין שוין לאנג נישט געווען דא אין שטיבל אבער איינער (א רב) האט מיר נעכטן געהייסן קאמענטיררן אויף די דברי כפירה וואס דו שראבסט דא.

קודם כל די קעפל איז איין שטיק העצעריי צו כפירה און צומישעניש.

דערנאך שרייבסטו: ׳לאז איהם פרעגן ׳מה העבודה׳ - אן צוברעכן א צאן׳
דאס איז קעגן א בפירעשע הגדה של פסח:
רשע מה הוא אומר: מה העבודה הזאת לכם, לכם ולא לו, ולפי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר, אף אתה הקהה את שניו ואמור לו בעבור זה עשה ה' לי בצאתי ממצרים, לי ולא לו, ואילו היה שם לא היה נגאל.

הרב פארוואס, איך רעד צו דיר אפען, ביזסט א יונגערמאן א תלמיד-חכם, פארוואס פעלט דיר אויס די צרות? וואס מאכסטו זעך נאריש?
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: לכה דודי נצא בשאלה

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג מערץ 06, 2016 2:51 pm

ער האט לכאורה דירעקט 'נישט' געשריבן 'לכם' מהאי טעמא, ווייל ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז מ'זאל פרעגן ווי א דרויסענדיגער, נאר ווי אן אינעווייניגער וואס וויל פארשטיין.

וידעת היום והשבות אל לבבך.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2863 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2654 מאל

Re: לכה דודי נצא בשאלה

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג מערץ 06, 2016 2:56 pm

בדרך אגב קענסטע מודיע זיין פארן 'רב' אז די 'רבנים' האבן גע'אסר'ט אינטערנעט שלא לצורך פרנסה.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2863 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2654 מאל

הודעהדורך פארוואס? » זונטאג מערץ 06, 2016 3:11 pm

מפיץ אמונה האט געשריבן:א גיטן,
כ׳בין שוין לאנג נישט געווען דא אין שטיבל אבער איינער (א רב) האט מיר נעכטן געהייסן קאמענטיררן אויף די דברי כפירה וואס דו שראבסט דא.

קודם כל די קעפל איז איין שטיק העצעריי צו כפירה און צומישעניש.

דערנאך שרייבסטו: ׳לאז איהם פרעגן ׳מה העבודה׳ - אן צוברעכן א צאן׳
דאס איז קעגן א בפירעשע הגדה של פסח:
רשע מה הוא אומר: מה העבודה הזאת לכם, לכם ולא לו, ולפי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר, אף אתה הקהה את שניו ואמור לו בעבור זה עשה ה' לי בצאתי ממצרים, לי ולא לו, ואילו היה שם לא היה נגאל.

הרב פארוואס, איך רעד צו דיר אפען, ביזסט א יונגערמאן א תלמיד-חכם, פארוואס פעלט דיר אויס די צרות? וואס מאכסטו זעך נאריש?


Wow!
אויף אזא גאסט האב איך זיך שוין נישט געראכטן, דיין אשכול הפצת אמונה איז טאקע דו בעסטע דוגמה צו פארשטיין דעם שיר דא.

זאג פאר דיין רב, אז עס איז נישט נהוג היינט אזוי צו טוהן, טאמער האלט ער אז כ׳שרייב דברי כפירה, זאל ער מיר סטראשען מיט נישט געבן שיריים, אדער ערגער - נישט אננעמען מיין פדיון.

די קעפל איז וואס עס איז, און עס האט מיט כפירה קיין שייכות נישט.

דיין הבנה אין די שטיקל הגדה וואס דו ברענגסט אראפ איז פעלעריג, איך וועל ערקלערן פשט שפעטער אין טאג.

אויב האסטו מיר עפעס צו זאגן פריוואט איז דא אן אישי קעסטל דערוועגן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 834
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1493 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מאנטאג מערץ 07, 2016 10:59 am

איז אזוי, קודם כל, פארשטיי איך בכלל נישט על מה יצא הקצף, אז אונזער מפיץ האט געמוזט ארויסקומען פון זיי מייזן לאך, כדי צו אטאקירן מיין אשכול הכופר, המבלי אין כפרים בקאווע שטיבל? ווען איך וויל קען איך אריבערגיין מיט דיר יעדע צווייטע אשכול דא, און טרעפן דארטן אזוי גערופענע דברי כפירה. וואס האסטו געמוזט אזוי טיף אריינלערנען פשט אין מיינע ווערטער?

דערנאך, די צומישעניש, דא מוז איך מודה זיין אז דו ביסט גערעכט, איך בין זייער צומישט, איך האב אסאך שאלות און קשיות. דו שיינסט צו זיין זייער קלאר אין אלעס, ווי די ערפארונג וואס מיר האבן שוין מיט דיר.

און צום לעצט, דיין פעלעריגע הבנה אין די שטיקל הגש״פ וואס דו האסט געברענגט.

הקהה את שיניו - מיינט נישט ברעכן קיין ציינער, נאר דאס איז א לשון פון שוואך מאכן, ככתוב ושיני בנים תקהינה.

און צו פארשטיין ווער איז דער רשע פון די הגדה און וואס זיין שאלה איז, דארף מען קוקן אין ירושלמי, דארטן ווערט ערקלערט אז דער רשע פרעגט פארוואס מ׳פארברענגט די צייט, פארוואס גייט מען נישט גלייך צו די סעודה.

אז מ׳טראכט אריין, זעהט מען אז דער רשע האט נישט קיין פראבלעם מיט אכילת פסח מצה ומרור, פונקט פארקערט ער איז גרייט דערפאר, ער ציהלט אהין, ער וויל גלייך לויפן און מקיים זיין די מצוות כמצות אנשים מלומדה, רחמנא אמר אכלו, ער זוכט נישט צו זיין קיין חכם (דאס ערקלערט אז ער איז דער היפוך פונעם חכם און נישט פונעם צדיק, ודוק).

דא אבער שטעקט זיין גרויסן טעות, די תורה איז נישט קיין טרוקענע ביכל פון קאודס וואס מ׳דארף נאכפאלגן בלינדערהייט, די אמת׳ע אטענטישע יידישקייט טוהט אינקארעדזשן צו פרעגן, חקר׳נען און טראכטן. און דאס איז וואס מיין שיר קומט ארויסברענגען

כולנו חכמים כולנו נבונים, מיר זענען אלע חכמים, און מיר נוצן אונזער חכמה, מיר זענען נישט כופה בטובתו של מקום, מיר שליסן זיך נישט אויס בידיים פון די קוועלער חכמה און וויסנשאפט וואס דער באשעפער איז משפיע אויף אונז.

אבער דער רשע, וואס וויל טאקע אנטלויפן און זיך באהאלטן, ער וויל נאר מקיים זיין די מצוות ככתבם, ער איז כופר בעיקר, ווייל דער עיקר נשמה פון יידישקייט פעלט איהם, ער טוהט און טוהט אלעס כהלכה אבער די נשמה פעלט איהם.

אילו היה שם לא היה נגאל - ער וויל נישט גואל זיין זיין נפש, ער וויל בלייבן אינעם גלות הדעת, ער לעבט א טונקעלע לעבן פון עם-הארצות און איגנאראנס, וואס איז א רעצעפט פאר א פארביטערטע לעבן פול מיט אלע סארטן פראבלעמען און מרעין בישין.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 834
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1493 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 07, 2016 11:54 am

.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1873 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל

הודעהדורך זבולון » מאנטאג אפריל 04, 2016 8:06 am

מענין לענין באותו ענין, האב איך לעצטנס געזעהן א גוט ווארט:

דער חילוק פונעם חכם און דער רשע אין די הגדה, איז אז דער חכם פרעגט די זעלבע שאלה וואס דער רשע פרעגט (אתכם/לכם) און סאמהאו בלייבט ער דער חכם....
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

לכה דודי נצא בשאלה

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:58 am

קל וחומר האט געשריבן:ער האט לכאורה דירעקט 'נישט' געשריבן 'לכם' מהאי טעמא, ווייל ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז מ'זאל פרעגן ווי א דרויסענדיגער, נאר ווי אן אינעווייניגער וואס וויל פארשטיין.


פארוואס? האט געשריבן:אז מ׳טראכט אריין, זעהט מען אז דער רשע האט נישט קיין פראבלעם מיט אכילת פסח מצה ומרור, פונקט פארקערט ער איז גרייט דערפאר, ער ציהלט אהין, ער וויל גלייך לויפן און מקיים זיין די מצוות כמצות אנשים מלומדה, רחמנא אמר אכלו, ער זוכט נישט צו זיין קיין חכם (דאס ערקלערט אז ער איז דער היפוך פונעם חכם און נישט פונעם צדיק, ודוק).

די ווארט ״לכם״ (וואס מ׳האט אויסגעלאזט צו ווייזן אז מ'זאל פרעגן ווי אן אינערווייניגען, דהיינו א חכם ול"ד "צדיק") איז גימטריא די אות ״צדיק״...
(איך ווייס אז עס איז בעצם ״צדי״, אבער לדרוש קען מען עס זיכער ניצען, ועיין בשבת קד.)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 325
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט