חילוקים

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

חילוקים

שליחה דורך קל וחומר »

מיש נישט אויס, קליין מיט גרויס,

ארעם רייך, זענען נישט די זעלבע זאך,

שטארק און שוואך, נישט קיין פארגלייך,

פון קורץ ביז לאנג, איז פאלג מיר א גאנג,

ביטער און זיס, זענען אנדערש געוויס,

ברייט און שמאל, זענען אפגעטיילט אלעמאל,

גלייך און קרום, פארן נישט צוזאמען ארום,

הויעך און נידעריג, זענען אפגעטיילט גענוג,

האלב און גאנץ, נישט געווען צוזאמען אזאנץ,

שנעל און שטייט, זענען אפגעריקט ווייט,

טפשות מיט קלוג, פייערן נישט דעם זעלבן זיג,

געזונט און קראנק, האבן נישט דעם זעלבן פארלאנג,

ווייעך און הארט, איינס פון צווייטן אפגעשארט,

ליכטיג און טינקל, זיצן און אן אנדערן ווינקל,

טייער און ביליג, זיך צו באהעפטן זענען נישט וויליג,

קאלט און הייס, זענען אפגעטיילט לויט ווי איך ווייס,

וואסער און פייער, זענען אפגעריקט זייער,

טאג מיט נאכט, קיינמאל די זעלבע געטראכט,

עתיד און עבר, בכלל נישט די זעלבע דבר,

געקומען און געגאנגן, האבן אנדערע פארלאנגן,

אויסגעריהט און מיד, זינגען נישט דעם זעלבן ליד,

דאר און פעש, טראגן אנדערע וועש,

נידעריג און דערהויבן, האבן נישט דעם זעלבן גלויבן,

מיאוס און שיין, זענען בכלל נישט איין,

שמוציג און לויטער, אנדערע הויז בויעט ער,

שווער און גרינג, גיבן אן אנדערן קלינג,

פארשעמט און געשעצט, איינער ערשט איינער לעצט,

שיכור און ניכטער, דארפן אן אנדערן ריכטער,

רעדן און הערן, זענען אנדערש איך לערן,

שווארץ און ווייס, זענען ווי טריקן און נאס.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר