ניין טאטע ניין! לאז מיר נישט אליין!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

ניין טאטע ניין! לאז מיר נישט אליין!

שליחה דורך זבולון »

אין אלע עקן וועלט געלאפן,
ענדליך א פאסיגן געטראפן,
זיין קאפ אזוי אפען,
ממש ווי צוויי טראפן.

אלעס איז געווען שיין,
געהאט א ספעציעלע חן,
זיין לערנען און דאווענען אזוי ריין,
פון נחת פלעגט די הארץ צוגיין.

נחמד למטה ואהוב למעלה,
ביז ער האט געפרעגט א שאלה,
געזעהן קלאר ווי אונזער כלי,
טראכט און לייענט, און ווערט קאליע.

משביע אני עליכם רוחות ושדים,
ברענגט מיר צוריק מיין פארלוירענער איידעם,
שלטו בו ידי זדים,
ער לאכט אפ פון אלע חרדים.

געוויינט און געסטראשעט מיט טרערן,
נישטא ווער עס זאל הערן,
דו מוזט אנדערש ווערן,
פאנג אן אריינצוקלערן.

אוי!! מיין קינד! טוה עס נישט,
קוק זיך אן, ביסט אינגאנצן צומישט,
די אלע ביכער מאכן דיר צוחוש׳ט,
אז דו זאלסט אזוי רעדן - האב איך זיך קיינמאל גערישט.

ווארף אוועק אלע כלים - שטארק זיך ווי א לייב,
קוק נאר אויף דיין צובראכענע ווייב,
בין מוות לחיים געב א קלייב,
לאז אלעס אפ! און געב זיך א דערהייב.

----

וואו ביסטו מיין געשעצטער מאן?
ביסט שוין מער נישט פארהאן,
הלוואי איך קען צוריק-דרייען די באן,
וואס איז דיין פלאן?

ווייסטו ווי אזוי זעהן אויס מיינע נעכט?
וויפיל צדקות געגעבן, און געצינדן לעכט.
די רבנים זענען דאך גערעכט,
צו דיין פאון געווארן א קנעכט.

כ׳האב שוין אריינגעמישט אלע רבנים,
גערעדט צו צענדליגער עסקנים,
זיי אנטפלעקט דיין פנים,
מחיקך נושרים ספרי יוונים.

דו ביסט דאך אינגאנצן נשתנה צורה,
אפגעלייעקנט דעם בעל הבירה,
דיין מויל זינגט פרעמדע שירה,
דיין מוח פארשוועמט מיט כפירה.

נישט דער זעלבער פון פאר א יאהר,
דיין ירידה זעהט מען קלאר,
איך רייס מיר מיין האר,
מיר זענען מער נישט קיין פאר.

זעהסטו נישט וואס מיט דיר געשעהט?
קענסט מיר נישט געפונען אויף די אינטערנעט?
וואס איז מיין חטא?
דאס איז א זיכערע וועג צו א גט.

ואלו הצאן מה חטאו,
ווער וועט פאר שיינדי מאכן א באטי,
און ווער וועט פארהערן מאטי,
אוי - שרייען זיי - ווי איז טאטי.

ניין טאטע ניין!
לאז אונז נישט אליין!
מיר זענען נאך אזוי קליין,
וואו וועלן מיר גיין?

----

קינדערלעך מיינע - חלילה וחס,
איך פארלאז ענק נישט אויף די גאס,
איך האב שוין טועם געווען פונעם עץ הדעת,
אן אנציקלאפעדיע האט זיך צוזאמגעבינדן מיט מיין ש״ס.

דאס וואס איך פלעג אלעמאל שטרעבן,
איז יעצט אין מיינע אויגן א טונקעלע לעבן,
הלוואי ווען איך קען שטיין דערנעבן,
און זיך מיט ענק אפגעבן.

ניין - מיין קינד - ניין!
איך לאז דיר נישט אליין,
נישט פאר אייביג איז מען קליין,
דו וועלסט עס נאך אמאל פארשטיין.

דיין טובה איך מיין,
בלייב נישט אזוי שטיין,
אויב וועסטו עס טוהן פון אלס קליין,
וועסטו דו אליינס זיין.

דיין הארץ איז נאך צו ריין,
רשעות קענסטו נאכנישט פארשטיין,
ווי שלעכט מענטשן קענען זיין,
זיך אויפפיהרן אזוי געמיין.

דער אמת וועסטו נאך איין טאג וויסן,
ווי מיין הארץ איז געווען צוריסן,
וויפיל טרערן פון מיינע אויגן פלעגן פליסן,
וויפיל איך האב פראבירט זיך אויסשמועסן.

איך האב פראבירט אלעס אין די וועלט,
ראטעווען אונזער ווארעמע געצעלט,
אויסגעגעבן הויפענעס פון געלט,
געטוהן אלעס וואס האט אויסגעפעהלט.

נישט אלעס ליגט אין אונזערע הענט,
כ׳האב געטוהן וואס כ׳האב געקענט,
מיין הארץ פון בענקשאפט ברענט,
עס וויינען מיט מיר די ווענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זבולון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אין - כי הכל הבל

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר