ניין טאטע ניין! לאז מיר נישט אליין!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

ניין טאטע ניין! לאז מיר נישט אליין!

הודעהדורך זבולון » דינסטאג אפריל 05, 2016 2:48 pm

אין אלע עקן וועלט געלאפן,
ענדליך א פאסיגן געטראפן,
זיין קאפ אזוי אפען,
ממש ווי צוויי טראפן.

אלעס איז געווען שיין,
געהאט א ספעציעלע חן,
זיין לערנען און דאווענען אזוי ריין,
פון נחת פלעגט די הארץ צוגיין.

נחמד למטה ואהוב למעלה,
ביז ער האט געפרעגט א שאלה,
געזעהן קלאר ווי אונזער כלי,
טראכט און לייענט, און ווערט קאליע.

משביע אני עליכם רוחות ושדים,
ברענגט מיר צוריק מיין פארלוירענער איידעם,
שלטו בו ידי זדים,
ער לאכט אפ פון אלע חרדים.

געוויינט און געסטראשעט מיט טרערן,
נישטא ווער עס זאל הערן,
דו מוזט אנדערש ווערן,
פאנג אן אריינצוקלערן.

אוי!! מיין קינד! טוה עס נישט,
קוק זיך אן, ביסט אינגאנצן צומישט,
די אלע ביכער מאכן דיר צוחוש׳ט,
אז דו זאלסט אזוי רעדן - האב איך זיך קיינמאל גערישט.

ווארף אוועק אלע כלים - שטארק זיך ווי א לייב,
קוק נאר אויף דיין צובראכענע ווייב,
בין מוות לחיים געב א קלייב,
לאז אלעס אפ! און געב זיך א דערהייב.

----

וואו ביסטו מיין געשעצטער מאן?
ביסט שוין מער נישט פארהאן,
הלוואי איך קען צוריק-דרייען די באן,
וואס איז דיין פלאן?

ווייסטו ווי אזוי זעהן אויס מיינע נעכט?
וויפיל צדקות געגעבן, און געצינדן לעכט.
די רבנים זענען דאך גערעכט,
צו דיין פאון געווארן א קנעכט.

כ׳האב שוין אריינגעמישט אלע רבנים,
גערעדט צו צענדליגער עסקנים,
זיי אנטפלעקט דיין פנים,
מחיקך נושרים ספרי יוונים.

דו ביסט דאך אינגאנצן נשתנה צורה,
אפגעלייעקנט דעם בעל הבירה,
דיין מויל זינגט פרעמדע שירה,
דיין מוח פארשוועמט מיט כפירה.

נישט דער זעלבער פון פאר א יאהר,
דיין ירידה זעהט מען קלאר,
איך רייס מיר מיין האר,
מיר זענען מער נישט קיין פאר.

זעהסטו נישט וואס מיט דיר געשעהט?
קענסט מיר נישט געפונען אויף די אינטערנעט?
וואס איז מיין חטא?
דאס איז א זיכערע וועג צו א גט.

ואלו הצאן מה חטאו,
ווער וועט פאר שיינדי מאכן א באטי,
און ווער וועט פארהערן מאטי,
אוי - שרייען זיי - ווי איז טאטי.

ניין טאטע ניין!
לאז אונז נישט אליין!
מיר זענען נאך אזוי קליין,
וואו וועלן מיר גיין?

----

קינדערלעך מיינע - חלילה וחס,
איך פארלאז ענק נישט אויף די גאס,
איך האב שוין טועם געווען פונעם עץ הדעת,
אן אנציקלאפעדיע האט זיך צוזאמגעבינדן מיט מיין ש״ס.

דאס וואס איך פלעג אלעמאל שטרעבן,
איז יעצט אין מיינע אויגן א טונקעלע לעבן,
הלוואי ווען איך קען שטיין דערנעבן,
און זיך מיט ענק אפגעבן.

ניין - מיין קינד - ניין!
איך לאז דיר נישט אליין,
נישט פאר אייביג איז מען קליין,
דו וועלסט עס נאך אמאל פארשטיין.

דיין טובה איך מיין,
בלייב נישט אזוי שטיין,
אויב וועסטו עס טוהן פון אלס קליין,
וועסטו דו אליינס זיין.

דיין הארץ איז נאך צו ריין,
רשעות קענסטו נאכנישט פארשטיין,
ווי שלעכט מענטשן קענען זיין,
זיך אויפפיהרן אזוי געמיין.

דער אמת וועסטו נאך איין טאג וויסן,
ווי מיין הארץ איז געווען צוריסן,
וויפיל טרערן פון מיינע אויגן פלעגן פליסן,
וויפיל איך האב פראבירט זיך אויסשמועסן.

איך האב פראבירט אלעס אין די וועלט,
ראטעווען אונזער ווארעמע געצעלט,
אויסגעגעבן הויפענעס פון געלט,
געטוהן אלעס וואס האט אויסגעפעהלט.

נישט אלעס ליגט אין אונזערע הענט,
כ׳האב געטוהן וואס כ׳האב געקענט,
מיין הארץ פון בענקשאפט ברענט,
עס וויינען מיט מיר די ווענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך זבולון אום דינסטאג אפריל 05, 2016 3:48 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ניין טאטע ניין! לאז מיר נישט אליין!

הודעהדורך מפוזרי » דינסטאג אפריל 05, 2016 2:55 pm

ושכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל

הודעהדורך בת קול » דינסטאג אפריל 05, 2016 3:53 pm

רירענד!
איך פארשטיי נישט אינגאנצן דעם טאטענס ענטפער.

זבולון האט געשריבן:----

קינדערלעך מיינע - חלילה וחס,
איך פארלאז ענק נישט אויף די גאס,

איך האב שוין טועם געווען פונעם עץ הדעת,
אן אנציקלאפעדיע האט זיך צוזאמגעבינדן מיט מיין ש״ס.

דאס וואס איך פלעג אלעמאל שטרעבן,
איז יעצט אין מיינע אויגן א טונקעלע לעבן,
הלוואי ווען איך קען שטיין דערנעבן,
און זיך מיט ענק אפגעבן.


ער קען זיך מיט זיי נישט אפגעבן- אבער ער פארלאזט זיי נישט?

ניין - מיין קינד - ניין!
איך לאז דיר נישט אליין,
נישט פאר אייביג איז מען קליין,
דו וועלסט עס נאך אמאל פארשטיין.

דיין טובה איך מיין,
בלייב נישט אזוי שטיין,
אויב וועסטו עס טוהן פון אלס קליין,
וועסטו דו אליינס זיין.

דיין הארץ איז נאך צו ריין,
רשעות קענסטו נאכנישט פארשטיין,
ווי שלעכט מענטשן קענען זיין,
זיך אויפפיהרן אזוי געמיין.


וואס מיינסטו צו זאגן?

דער אמת וועסטו נאך איין טאג וויסן,
ווי מיין הארץ איז געווען צוריסן,
וויפיל טרערן פון מיינע אויגן פלעגן פליסן,
וויפיל איך האב פראבירט זיך אויסשמועסן.

איך האב פראבירט אלעס אין די וועלט,
ראטעווען אונזער ווארעמע געצעלט,
אויסגעגעבן הויפענעס פון געלט,
געטוהן אלעס וואס האט אויסגעפעהלט.

נישט אלעס ליגט אין אונזערע הענט,
כ׳האב געטוהן וואס כ׳האב געקענט,
מיין הארץ פון בענקשאפט ברענט,
עס וויינען מיט מיר די ווענט.
Follow your inner song
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 508
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 668 מאל

הודעהדורך זבולון » מיטוואך אפריל 06, 2016 6:46 am

דער פאום ברענגט ארויס א לעבעדיגע טראגעדיע פון פיהר באזונדערע פערספעקטיוון.

דער שווער פארפיהרט, די טאכטער/ווייב איז צוריסן, די קינדער זענען צומישט, און דער טאטע/איידעם וויינט.

עס איז אוממעגליך צו פארשטיין אלע פיהר פערספעקטיוון, נאטורליך וועסטו נישט פארשטיין אלע צדדים.
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

הודעהדורך בת קול » מיטוואך אפריל 06, 2016 9:47 am

וואס מיינען די פראזן?

דיין טובה איך מיין,
בלייב נישט אזוי שטיין,
אויב וועסטו עס טוהן פון אלס קליין, וואס זאל דאס קינד טוהן? ווי זיין הארץ באגערט?
וועסטו דו אליינס זיין.

דיין הארץ איז נאך צו ריין,
רשעות קענסטו נאכנישט פארשטיין,
ווי שלעכט מענטשן קענען זיין,
זיך אויפפיהרן אזוי געמיין.

איז שלעכטע מענטשן'ס רשעות א סיבה צו פאלן?
איר קענט ביטע שרייבן זיין פערספעקטיוו אין א פאראגראף?
א דאנק.
Follow your inner song
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 508
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 668 מאל

הודעהדורך זבולון » מאנטאג מאי 02, 2016 6:39 pm

@בת קול
איך ווייס נישט וואו דו האסט געזעהן דא בכלל דערמאנען דא א רמז כלשהי, פון טוהן וואס די הארץ באגערט.
דער טאטע זאגט פארן קינד, אז ער זאל זיין נאטורליך, זיין וואס ער איז, און נישט וואס ער איז נישט.
ער איז נישט געקומען אויף די וועלט צו לעבן און יוצא זיין זיינע ארומיגע, נאר טוהן זיין תפקיד און אויספיהרן חובתו בעולמו לויט זיין אייגענע פארשטאנד.

איז שלעכטע מענטשנ׳ס רשעות א סיבה צו פאלן?
הויפזעכטליך ניין. ווען מ׳זעהט מענטשן פראווען רשעות אין נאמען פון א געוויסע אידאלאגיע, איז עס א סיבה זיך צו ׳דערהייבן׳, און ווידער אמאל איבערטראכטן פון דאסניי, אויב דאס איז א ריכטיגע מהלך החיים.
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג מאי 12, 2016 2:37 pm

רירנד! א קנויל שטיקט מיך אין האלדז. ווי נעמט מען דעם טלית פון די ימים נוראים צו באהאלטן די טרערן.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5779 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אקטאבער 23, 2016 1:31 pm

איך האב פארזעהן די הארציגע תגובה ביז יעצט, איך האב עס געליינט דריי מאהל נאכאנאנד ווען טרערן פליסן פון מיינע אויגן, אזויפיל צער, אזויפיל יסורים פאר אזויפיל מענטשען, סיי פאר די פרומע זייט וואס פארשטייט נישט וואס פלוצים דא איז געשעהן און סיי פארן בר מינן וואס געפינט זיך נישט דאס פלאץ אין די סיסטעם, איך קען ריעלעטן צו די תגובה ווייל איך האב מיך זייער גיט געלעבט מיט מיין געוועזענע שווער און שוויגער און אלע מיינע שוואגערס פאר כמעט פופצן יאהר האבן זיי זיך געשפילגט מיט מיר אלץ א אינגערמאן א שיינע בעל פרנסה און א צוגעלאזנע מענטש און זיי פלעגן מיך אייביג רומען אלץ זייער בעסטער איידעם ביז איין שיינע טאג ווען זיי זענען געוואר געווארן אז איך בין נישט וואס זיי האבן געמיינט.

און וועגן מיינע עלטערן וויל איך אפילו נישט אנפאנגן צורעדן וויפל אומזיסטיגע צער יסורים און בושות זיי האבן איינגענומען.
אזויפיל מענטשען גייען לעצטענס דורך די גיהונים,

עיני עני ירדה מים.

וואס איז די עצה דערצו? איז דען דא א עצה?
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 16, 2018 10:56 pm

חטאו, באטי, מאטי...

קריעטיוו !!!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2061
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1273 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 5:44 pm

זבולון האט געשריבן:כ׳האב שוין אריינגעמישט אלע רבנים,
גערעדט צו צענדליגער עסקנים,
זיי אנטפלעקט דיין פנים,
מחיקך נושרים ספרי יוונים.

דו ביסט דאך אינגאנצן נשתנה צורה,
אפגעלייעקנט דעם בעל הבירה,
דיין מויל זינגט פרעמדע שירה,
דיין מוח פארשוועמט מיט כפירה.

מפוזרי האט געשריבן:ושכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי

די פאעטישע כוונה דא איז מרמז צו זיין צו די גמרא אין חגיגה טו: אז ביי אחר [ווי דא איז די טעמע אז דער מאן טוישט זיך אין זיינע דעות און ווערט "אחר"; אן אנדערן] איז געווען ספרי מינין נושרין מחיקו און זמר יווני לא פסק מפומיה. דארט ווערט אויך געברענגט אז אפילו אז ר"מ האט געלערענט פון אחר, האט הקב"ה כביכול נאכגעזאגט פון אים אז בזמן שאדם מצטער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי ע"ש.
(ווי אויך ווערט דארט געברענגט אז אחר האט גע'הרג'עט, אדער געוואלט הרג'ענען, א קינד. דאס גייט אויך אביסל מיט מיט'ן טעמע פונ'ם פאום; דאס ווייטאג פונ'ם קינד.)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 325
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט