בני חורין?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

בני חורין?

הודעהדורך העניך » מאנטאג אפריל 25, 2016 1:02 am

אין אזא גרויסער זמן
וואס איז יעצט פאראן
מיר געדענקען דאך נאך פון חדר
וועגן דעם הייליגן פסח סדר
ס'זענען יעצט אפן אלע טויערן
מיר זענען א בן חורין.

איבער די מצות א הייפל
קריכט אין קאפ א צווייפל
איז עס דען גענוי
ווי זיי זאגן אזוי
אוי, וואס האב איך דא פארלוירן
מיט'ן זיין א בן חורין.

פון א יום טוב זמן חירותינו
איז געווארן א גלות גופא לא עלינו
חומרות און טפשות אשר לא שערם אבותינו
מער עבודה זרה ווי ה' אלוקינו
צו שכל און דעת פארשטאפט די אויערן
אבער יא, כ'בין א בן חורין.

אין מיין לעבן גארנישט געקליבן
דורך מענטשן פחדנים פארגעשריבן
יעדע ריר, יעדער בגד, יעדע טראכט
וואס איך טו בייטאג און ביינאכט
אינדיווידואליטעט אוועקגעשוירן
אבער... כ'בין א בן חורין.

ליבשאפט האט א פרייז און באלוין
נאר אויב מ'טאנצט נאך דעם המון
גיין, קומען, טון ווי עס פאסט
פיינט האבן וואס מ'האסט
צו לעבנסלענגליכע קאנפארמיטעט באשוואוירן
אבער הע, כ'בין דאך א בן חורין.

מ'פוסטעוועט אין מבואות האפילות
אלעס נאר אמונות טפילות
ס'איז זאגאר א טענה וואס מ'האט
קעגן דער וואס וויל פארשטיין דעם גאט
נאר עמי-הארצות ווי בלינדע פויערן
אבער כ'בין דאך א בן חורין.

און אלעס מיט גאר א תמימות
אפילו טעראר און אלימות
ער איז גאר פרום, פארשטייט נישט דיין טענה
חלילה נישט קיין שורש פורה ראש ולענה
טענו חיטין, והודה לו בשעורין
אוי, מיר זענען דאך בני חורין.

טאטע אין הימל זיי מודה
פון דעם פינסטערן גלות זיי אונז פודה
חירות אפשר וואלט מיר געדארפט
אבער זעסט דאך מיר זענען פארשקלאפט
עפנ'זשע זייערע הערצער און אויגן
צו אידישקייט און אמונה זאלן זיי טויגן
דאן וועלן מיר צו דיר פאלן כורעין
ווייל מיר וועלן זיין בני חורין.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2482 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:22 pm

און ווען אינדרויסן הערשט מלאך המות
צעפירט זיך די הענט בנים על אבות
דיין מידת הדין די שטייפע
אויף אונז אויסגעשאטן א מגיפה
אזויפיל צער און אבילות יעצט געבוירן
וויאזוי קענען מיר זיין בני חורין
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2482 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:02 pm

די שילוב פונ'ם אריגינעלען פאעזיע מיט דאס וואס @העניך האט צוגעלייגט קען אפשר ליידער גיבן א נייעם באדייט צום באקאנטן מימרא וואס פעטריק הענרי האט געזאגט, "גיב מיר פרייהייט, אדער גיב מיר טויט". :cry:
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1186
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron