איך נעם דעם כבוד ארויסצוקומען פאר אייך מיט א קונטרס פון א געקליבענע צאל שירים און חזיונות וואס איך האב געשריבן אויף קאווע שטיבל אין די פארגאנגענע יארן. אויסער די שוין פאבליצירטע שירים האב איך ארויפגעשטעלט א נייער שיר 'ונפשי יודעת' וועלכע ערשיינט דא צום ערשטן מאל, און וועט האפנטליך רירן די סטרונעס פון הארץ פון די וואס ליינען עס אפ.
שירה חדשה שיבחו גאולים.
פארהאן א שירה וואס ווערט געזאגט מכח חירות, מכח גאולה. א שירה וואס ווערט געזאגט פון דעם מענטשליכן זעהל וואס שווימט ארום פריי איבער דער אוניווערס און לאזט זיך איינזאפן די הערליכע קלאנגען און פילפארביגע קאלירן פון מוטער נאטור.
מזמור לדוד, קינה מיבעי ליה.
פארהאן א געזאנג וואס ווערט געזאגט מכח ענגשאפט, מכח גלות. אזא שירה איז אליין א גאולה. דאס ארויסגעבן די דערשטיקטע געפילן גיבט זיי פליגלען ארומצופליען פרייערהייט און דערגרייכן אפענע הערצער אומעטום. ווען די אויסגעטרוקנטע סענטימענטן הילן זיך איין אין טינט און פאפיר באקומען זיי הויט און ביין און ווערן צוריק לעבעדיג, גיבנדיג זיי די מעגליכקייט צו באפרייען זייער אייגנטומער פון דעם שווערן לאסט.
אין דעם זאמלונג געפינען זיך שירים פון ביידע סארטן; ווערטער וואס זענען געשריבן געווארן אין טיפער צער און אין פריידיגער געזאנג. דא זענען פארהאן אזעלכע שירים וואס פלאקערן ווי א פייער און אזעלכע וואס בליען ווי הערליכע בלומען אין דעם חודש האביב.
זאלן מיינע ארעמע ווערטער, געשריבן געווארן מיט דם ואש ותמרות עשן, געפינען חן אין אייערע אויגן, און זאל דער וואס האט אונז אריינגעפירט אין גלות אונז ארויסנעמען משעבוד לגאולה און ברענגען דעם תיקון השלם.
קונטרס "יאיר נרי"
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6659 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל
קונטרס "יאיר נרי"
- בייגעלייגטע פיילס
-
- קאווע שטיבל.pdf
- (1.49 MiB) אראפגעלאדנט 527 מאל
האדם לא נברא אלא להתענג
דער אשכול פארמאגט 13 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן