איך בין נעבן דיר

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

איך בין נעבן דיר

שליחה דורך זבולון »

זיצט ער אליין אין זיין קאלטע אפארטמענט,
קוקט זיך ארום די פיהר ווענט,
עס מישט זיך בילדער אין זיין זכרון,
ער דערמאנט זיך די גוטע יאהרן.


די פיקטשערס שטייען פאר זיינע אויגן,
זיינע מחשבות ווייט אוועקגעפלויגן,
עס שווימען ארויף אלטע זכרונות,
גוטע און שלעכטע, הרצון והאונס.


זיין הארץ פלאמט פון בענקשאפט,
געדענקט ער נאך מיין ליבשאפט?
וועט עס פון איהם פארלייקנט ווערן?
פון זיינע אויגן ווערן פארלאזט צוויי טרערן....


דורך דיר ווייס איך וואס ליבשאפט באדייט,
פארשטיי איך אויף וואס בענקשאפט שטייט,
מיין קאלטע הארץ – נאר דו קענסט עס אנווארעמען,
מיין שטארקע מוט – נאר דו קענסט עס פארקלעמען.


זאלסטו אייביג געדענקען,
די ווארעמקייט וואס איך פלעג דיר שענקען,
די ליבשאפט וואס מיר טיילן,
דאס קען מען פון אונז נישט שיילן.


דיין זיסע שמייכל טוהט מיר באגלייטן,
ווען איך דריי זיך אין בעט אויף אלע זייטן,
דיין בא'חנ'טע פנים טוהט מיר נאכלויפן,
פאר קיין געלט קען מען דאס נישט פארקויפן.


פאטערשאפט קען מען נישט ערזעצן,
כ'האף אז דו ווייסט עס צו שעצן,
דו ביסט מיין קינד און איך בין דער פאטער דיינע,
עס וועט נישט העלפן דערויף קיין שום טענה.


"טאטי" הער איך פון דיין מויל,
די אויערן צו-וואסערט פון די זיסע קול,
מיין הארץ ווערט צולאזט ווי פוטער,
איך פארגעס פון אלעס ביטער.


"ווען קומסטו אהיים?" פרעגסטו מיט תמימות,
עס האמערט אין מיין מוח ווי הונדערט שטימעס,
איך האב קיין ענטפער נישט,
און דו בלייבסט צומישט.


אבער וויסן זאלסטו א יעדע צייט,
כאטש איך בין טויזנטער מיילן ווייט,
בין איך צו דיר נענטער ווי נאנט,
עס איז אן אומברעכבארע בונד.


ביסט אן אפטער גאסט אין מיינע חלומות,
באגלייטסטו מיר אין אלע מקומות,
ביים אויפשטיין צופרי – ביים לייגן ביינאכט,
אייביג פון דיר איך טראכט.


איך שטיי דארט דערנעבן,
פאר דיין גאנצע לעבן,
מ'קען מיר נישט אפקלעבן,
איך וועל פאר דעם אלעס אוועקגעבן.


אויף דיר געב איך נישט אויף,
איך וועל פאר דיר זיין ביזן סוף,
געב נאר א ארום זיך א קוק,
וועלסטו מיר זען צוריק.
אין - כי הכל הבל

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר