דער פרימארגן הייבט זיך אן
מיט א פארנומענע טאן
זי רישט די קינדער איין
יעדער זאל צופרידן זיין
מאכט זייערע האר
געבט פרישטאג פאר אפאר
ארגענעזירט די בעטן געשווינד
גרייט אן ריסעס פאר א קינד
די באס פייפט שוין, איינס, צוויי
שנעל איינארדענט זי, זיי
זי בלייבט פלוצלינג אליין
אלע קינדער ארויס פון דערהיים
די ליידיגקייט הייבט זי אן שפירן
עס טוהט אירע געפרוירענע געפילן בארירן
די בענקשאפט צאפט איר נשמה
זי קען נישט טרעפן קיין נחמה
וויאזוי פארברענגסטו? מיין טייערער מאן...
ווי לאנג וועסט מוזן איינגעשפארט זיין?
די קינדער דארפן דיר, מיר שפירן אז דו פעלסט
און איך שפיר אזוי אליין, נישט דא א זאלב פאר'ן זעל
אט עס דרינגט אריין א שטומע א קלארן
גראד צו איר הארץ, נאכגעשפילט פון איר זכרון
"דו בוסט מיט מיר, אין מיין הארץ, דורך אלע יארן
איך שפיר דיין צער, איך פיל מיט, עמו אנכי בצרה".
כאטש נישט גרינג, ווערט איר פארט גרינגער
די געפילן רוישן איר נישט מער א ווילדער
א שטיקל רואיגקייט נעמט איר ארום
זי קען אים מיטנעמען אין הארץ אומעטים
ווייל עס רעדט צו איר א שטומע א קלארן
גראד צו איר הארץ, שפילט זיך איבער אין איר זכרון
"איך שפיר דיין צער, איך בין מיט דיר, עמו אנכי בצרה,
איך בלייב מיט דיר פאראייניגט, טיף אין הארצן, דורך אלע יארן".