מיין רבי!!!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

מיין רבי!!!

שליחה דורך שבת אחים »

יעדער מאכט שפאט
פונעם יענעמס גאט
אלע שרייען אז זיי זענען די עכטער
יענעמס חסידות איז ממש א געלעכטער
מיין תורה איז הייליג
יענעמס תורות איז לאנגווייליג

מיין רבי איז דאך דער גרעסטער צדיק
דיין רבי איז ממש א מזיק
ביינאונז איז אלעס די בעסט
דיין רבי פרעסט
מיין רבי איז א מלאך
דיין רבי איז א גלח

מיין רבי בלי גוזמא
האט א שטארקע כאריזמא
טויזענטער חסידים פון איבעראל
רופן דעם רבין פון שפיטאל
אזויווי חסידים האבן געטוהן אמאל
זיך מזכיר געוועהן ביי א ערליכע איד
אויף וועם די שכינה רוהט

מיין חסידות איז די בעסט
די אלע אנדערע זענען סתם דיפרעסט
אונז האבן די גרויסע בית הקברות
און ענק זענען אויף געהאקטע צרות
אונז האבן די גרויסע בנינים
יעדע פאר מינוט פרישע מנינים

והי׳ מחניך קדוש
אונזער רבי איז ממש א פרוש
ביי אונז איז נישט פארהאנען די טמנע כלים
כדאי זיך חלילה נישט מישן מיט די ערלים
אלע סמארטפאונס גע׳אסרט
ווער נישט ווערט זאפארט ג׳מסרט
ווער ס׳פאלגט נישט אויס
ווארפט מען פון די מוסדות ארויס

דיין רבי איז א מאדנע בריאה
מיין רבי איז פון די בני עלי׳
גאר א געהויבנע איד
וואס ווערט קיינמאל נישט פון תורה מיד
זיצט און לערנט יומם ולילה
און טוט ח״ו קיינמאל קיין עבירה

מיין רבי פליט אין הימל
דיין רבי מאכט נאר א טומל
ס׳פעלט אים חן
ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צוזיין
ממש א קל שבקלים
מיין רבי איז העכער אלעם
מיין רבי איז צדיק יסוד עולם
דיין רבי איז א גולם

מיין רבי איז געשמאק
דיין רבי איז א ליידיגע שטרויזאק
אין יעדע הינזיכט איז ער א מומחה
אלעמאל איז ער שטארק בשמחה
מיין רבי פאדינט דעם טיטל
ביי אים לוינט זיך צוגיין מיט א קוויטל

מיין רבי פארט מיט א שיינע קאר
דיין רבי איז דאך א פשוטע נער
מיין רבי פארט מיט א קעדילעיק
דיין רבי איז א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
מיין רבי האט א שענערע טיליפ
אפילו פון ר׳ ז״ל פילאפף

מיין חסידות איז זייער טייער
פאר מיין רבי׳ן וועל איך גיין אין פייער
אז מ׳רעדט אויף מיין רבי באדערט מיך עס זייער
די אלע נערישע פאליטיק
מאכט אין הימל א גרויסע קטרוג
ליידער ליידער אזויפיל צרות ישראל
אין אלע אידישע שטיבער איבעראל
איז אפשר פארמאכן צימעס
עס איז דאך במילא נמאס...
שוין גענוג געוועהן מיט די נערישע חזריי
הלוואי הלוואי

יעדער האט אנדערע רעיונות
יעדע חסידות האט מעלות און חסרונות
שוין צייט אויפצוהערן מיט די קינדערישע זאכן
און אויפהערן פון יענעם צולאכן
לאמיר איינזעהן נאר יענעמס גיטס
נישט מאכן פון אנדערע קיין וויץ
און נישט זיין אזויפיל פארנומען מיט יענעמס שמוץ
כ׳מיין איך רעדט שוין פון היץ
סתם געשריבן אין די וועלט אריין
ונאמר אמן
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר