שיבנה ביהמ"ק במהרה
איך בעהט טאטע טייערע
במהרה בימינו אמן
איך זיץ און וויין
וואס מהרה מיינט
האב איך היינט געליינט
נישט געליינט נאר געלערנט
רבש"ע האסט אויף אונז געצערנט
פון הייליג לאנד פארטריבן
ווי פון פאראויס באשריבן
אין די תורה געשריבן א דין
אבוד תאבדון
אבער האסט אונז געלאזט הערן
וועסט אונז במהרה צוריק קערן
במהרה מיינט שנעל
דיר צוריק קערן איך וועל
אבער מהרה האט א פשט
דאס מיינט גאנץ ווייט
אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן
צו האבן אין זיכרון,
אבער עס איז שוין אריבער לאנג צוריק
צו דען ווארטן אונז לריק
ווען איך זאג היינט במהרה
בין איך נישט מעלה גרה
נישט נאך אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג
אין גלות ווערן שמוציג
נאר בימינו אין אונזערע טעג
א חשבון לויט אונזער וועג
במהרה טאקע שנעל
לייז אויס אונזער זעהל.
ונאמר אמן.
אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן, צו האבן אין זיכרון
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6926 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל
אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן, צו האבן אין זיכרון
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
דער אשכול פארמאגט 11 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן