קען זיין, אז מארגן גייט שוין זיין טאג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1315 מאל

קען זיין, אז מארגן גייט שוין זיין טאג

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

[center]קען זיין, אז מארגן גייט שוין זיין טאג
קען זיין, אז מארגן וועט קיינמאל נישט קומען
קען זיין אז אמאל, און ערגעץ ווייט אוועק
וועסטו גיין אויפן פעלד און קומען אהיים

און אז דו וועסט זעהן מיינע טריט פון דער ווייט
וויסן זאלסטו אז איך בין שוין לאנג פארביי
און איך וועל זיצן הויך, אויף א שטיין אין דער זייט
און קוקען אראפ, אויף אלס, פון דאסניי

און קען זיין, אז מארגן, גייט שוין זיין טאג
און קען זיין, אז מארגן, וועט קיינמאל נישט זיין

און אז אויך דער מארגן, וועט שוין פארגיין
און דאס לעצטע פייגעלע איז שוין ארויס פון שטייג
חרטה געוויסן בייסן הויט און ביין
קומט שבת, קומט קיין מנוחה, צו א פארלוירענע וועג

און קען זיין, אז אמאל, ערגעץ ווייט אוועק
וועסטו גיין אויפן פעלד און קומען אהיים

זאגן זאלן זיי די זינגערס, מורמלען זאלן הויך די ווענט
אמאל האט געלעבט דארטן, א בלעטל פאר א צענט
געשפייזט זיך פון הונגער און געטרונקן מיט פרייד
דאס ליידיגע בעכער פון אייביגקייט

און פון דער אנדערער זייט גייט א שאטן אראפ
שאקלט מיטן קאפ און זאגט נישט קיין ווארט
דער טייך פון פרייעהייט שפאנט מיט גאלאפ
פאר ווילדע נשמות וואס טרעפן קיין ארט

און קען זיין אז מארגן וועט קיינמאל נישט טאגן
נאר זאגן וועט קיינער, אז דער היינט, איז שוין נישטא
פעלדער בליען, פייגלעך פליען, בענקשאפטן נאגען
זאגן וועט קיינער, אז דער היינט איז שוין נישט דא

זאגן וועט קיינער, דער היינט איז שוין
נישט דא
[/center]
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר