את הכל תוכלו ליקח מאתי - אך לא את יוצרי מלבבי

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

את הכל תוכלו ליקח מאתי - אך לא את יוצרי מלבבי

שליחה דורך זבולון »

דו קענסט פון די מוסדות ווארפן,
דיינע ווערטער אויסשארפן,
פאשקווילן פארשפרייטן,
און בי"ד זיך אויספייטן.


שייגעץ ארויס – קענסטו שרייען,
אין מיין פנים שפייען,
חובות נישט באצאלן, נאכן לייען,
די זעלבע טענות איבערקייען.


שרייען שמע ישראל מיט האס,
פארווישן יענעמ'ס בלוט מיט דיין ש"ס,
דערשטיקן יענעם מיט דיין גארטל,
זיך ארומשפילן מיט דאס זעלבע קארטל.


דו קענסט מיר פראבירן באשמוצן,
מיט דיינע ציינער קריצן,
דו קענסט וויינען ביי שאלעשידעס,
און רעדן איבער גוטע מידות.


אלהיך לא אלהי - קיינמאל זיך געטראפן,
מיין גאט איז נישט קיין וואפן,
ווען דו פאנגסט אן זיך אליינס צו בלאפן,
בין איך שוין לאנג אנטלאפן.


דיין שפיל איז נישט מיין,
מיין וועג איז נישט געמיין,
מיין לעבן איז ריין,
און איך וועל עס לאזן שיין.


איך קען דיעלן מיינע זינד,
איך בין שוין נישט קיין קליין קינד,
מיין דעפינאציע וועל איך אליינס טוהן,
און האלטן מיין רעקארד קלין.


מנאן ומאן הוא רחימך - געב נאר א קוק,
צום אלוהי הרחמים והאהבה געב זיך א ביק,
סטאפ די אלע נארישע שטיק,
וועסטו זעהן אז דו וועלסט טרעפן דיין גליק.


איך וועל ווייטער זיין באגלייבט צו מיין וועג,
פארשפרייטן גאט'ס מעסעדזש אלע טעג,
אים צו מאכן בתחתונים א געצעלט,
פארבעסערן און פארריכטן זיין וועלט.


ליבשאפט אויף די וועלט פארשפרייטן,
רחמנות און גוטסקייט אין אלע זייטן,
דאס איז מיין תפקיד - מיין ראול,
איך האף צו אנקומען צו מיין גאול.
אין - כי הכל הבל

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר