א שמועס מיט גאט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

א שמועס מיט גאט

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך ליג דא אויפן בעט, מיט די אויגן צום דאך. די בלאסע ווענט באצירט מיט אויסגעוועטשטע מאלעריין. די דאך פארפלעקט מיט שייליגע פארב, וואס האט שוין אסאך נשמות געזעהן פארלאזן דעם ארימען צימער.

אט דארט ליג איך אין בעט מיט א מאגערע שפיטאל כאלאטל צוגעדעקט. צוגעדעקט איז נאר א משל פאר א נמשל וואס איז מער ווייניגער נאקעט. אט דארט ביים עק זעה איך מיינע פיס זוילן וואס האבן מיר אזוי שיין געדינט אלע מיינע יארן. יעצט קוקן זיין הילפלאז אויפן דאקטאר וואס איז נאר וואס אריינגעקומען.

זיינע ברילן אלטע, און א געשטעל ווי דער מלאך המות. אויסגעפליקטע האר מיט א ווייסן כאלעטעל. פונעם ברוסט טאש שלעפט ער ארויס דעם פענע און שרייבט פאר נאך אפאר שורות אין מיין דיקן טשארט. אט האט ער דארט פארשריבן נאך אפאר פיינוגס מעדאטן פאר איך זיין קרבן. ער וויל מיר מסתמא אפשיקן אין עולם העליון א ריינער.

פונעם ברייטן פענסטער זעה איך א בלויע הימל מיט גרויע פלעקן. אט דארט וועל איך איין טאג פארשווינדן ווערן. צווישן אירע וואלקענעס וועל איך זיך הייבן העכער און העכער צו א ריינע ארט וואס וועט מיר האפענטליך מקבל זיין.

איך גאר צו די ריינקייט און התעלות פון א נשמה אן דאגות. איך גאר צו א ריינקייט פון יחוד הנפש מיט איר מקור. די גוף האב איך זייער ליב, אבער איך בין נייגעריג נאר ווי א גוף קען, וואס דארט טוט זיך אויפן אנדערן זייט.

וועל איך טרעפן דארווין מיט א שפאטיש געלעכטער, אדער וועל איך טרעפן א וועלט וואו איינשטיינ'ס פיזיקא איז א בייזע שפיל פון גאט אויף איר מענטשהייט. וועל איך טרעפן א פייער'דיגע גהנים, אדער א פארפרוירענע שווארצע לאך.

ס'איז מיר ענדערש די גהנים וואס איז א עכט, ווי דער אייביגער טונקלקייט וואס עוועלוציע זאגט פאר. מיין עגא איז צו הויעך אז איך זאל איר לאזן פארפאלן גיין אין א מציאות פון גארנישט. מיין נשמה בענקט ערגעץ. איז די ערד אזוי געשמאק אז זי בענקט צו איר אייביגע גארנישט? עפעס מער דארף זי ציען, אין איך האף אז עס איז נישט א בייזער דמיון וואס מיין עגא האט אזוי שיין קונצלעך אהערגעשטעלט.

גאטניו, קלוגע לייט זאגן דו זיצט אין מיר. אלזא פארוואס מאכסטו דאס לעבן אזוי אומבאקוועם פאר זיך אליינס? פארוואס שיינט נישט דיין ליכט אין מיר דורך אויס? וואס איז די מטרה פון שפילן מיט מיינע געפילן? איך שפיר טאקע אויך דיין אהבה, אבער דאס קען איך שוין אויף פאפיר נישט שרייבן, ווייל דאס איז אונזער אייביגע סוד.

די שטיקלעך גאט וואס דו רופסט די מענטשהייט, דאס איז א סוד צווישן דיר און דיר. די גוטע און די שלעכטע, די צובראכענע און פרייליכע, די קינדער וואס שטארבן אויפן מלחמה פעלד, און די דראג לארדן וואס מאכן א לעבן.. דאס ווילסטו אונז אבער נישט דערציילן.

איך בענק נאך טויט, ווייל אפשר דארט וועט דאס זעהל זאט ווערן פון אירע קשיות. איך בענק נאך דיר, ווייל אפשר וועסטו מיר אויף דיין שויס זעצן, און לערנן מיט מיר די מעשה בראשית וואס מיין מלמד האט אזוי פאלטש אפגעלערנט. אפשר וועסטו מיר אויסזאגן אז דער שפיל איז א געלונגענער, אדער גאר א פארשפילטער לעולמי עד.

אט דארט אין מיין נארישע דמיון ליגט פארבארגן געפילן אן הענט, געדאנקן אן פיס, און א מציאות אן קיין הארץ. א געדאנק וואס קיין כלי קען דערהאלטן, און א געפיל וואס קען א הארץ צושפאלטן. אט דארט צווישן אלע מיין צומישעניש, שרעק, ספיקות, און ציטער ליגסטו באהאלטן אין א געטליכע אטאם וואס זיי האבן נאכנישט געטראפן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר