מיין אינדערפרי אין געריכט זאל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

מיין אינדערפרי אין געריכט זאל

שליחה דורך מאן דאמר »

מיט א גרויסע פיסק און קליינטשיקע ברילן,
זיצט די שופטת און הערט נישט אויף צו בילן.

זי רייסט די הונדערטערס אנע רחמנות,
אלץ אונטערן שלייער פון וויכטיגע תקנות.

ביי א קליינעם טיש אונעם ווינקל פונעם היכל,
זיצט דער פראקוראר מיט א צינישער שמייכל.

א דארטשיקע דזשאנדאר מיט גלאנציגע מונדירן,
לויפט ארום און הערט נישט אויף פארפירן.

דא קאנפיסקירט א טעלעפאן און דארט א שישקע,
קריכט יעדן אריין אין די קישקע.

אדוואקאטן מיט קראוואטן,
האלטן זיך ביי די זייטן.

גרינג געלט געמאכט,
די קליענטן נעמען ניטאמאל אין אכט.

באשולדיגטע מיט זויערע געזיכטן,
זענען גרייט דעים פראקוראר צו פארניכטן.

שווארצע ווייסע,
ספאנישע מיט כינעזע,

באצאלן אלע,
מיט גרינע אמעריקאנע.

ס׳העלפט נישט מיט די ציין צו קריצן,
מ׳מוז נאך אלץ דא זיצן.

די שופטת איז געווארן פארנומען,
מיט די חברה וואס מ׳ערלויבט אפילו נישט צו קומען.

אויף א גרויסן סקרין אויפן בלאסן וואנט,
באווייזן זיך פארברעכער נאכאנאנד.

די פארנומענע בעלי מלאכה זיצן אין זאל,
אראפגענומען צייט פון די ארבייט מ׳עסט זיך די גאל.

פארן טרינקן אביסעלע שנאפס אדער אן אויסגעברענטע לעקטער,
אדער פארן איבערנעמען א שטייט פארנדיגע טרעקטער.

פארן פארקויפן נארקאטיק אדער זיך פארגוואלטיגן אויף א פרוי
אלע דארפן זיצן דא און ווערן אלט און גרוי.

די איבערזעצער איז זיך מחיה פרנסה אן א שיעור,
איבערזעצט פארן שופטת ״א טאקילא מיט
פיר פלעשלעך ביער.״

ניטאמאל א בירגער אדער א לייסענס צו פארן,
אזוי סאך צו טרינקן אויף די עלטערע יארן?
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר