גיי נישט אוועק

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

גיי נישט אוועק

שליחה דורך מצטמק ויפה »

שוין פון דעם חודש דעם צענטן
די זמני תשובה קומען צו טרעטן
אנהייבן ביים טאטן זיך בעטן
זיך קענען אליין פארטרעטן

די בלאז עס וועקט פון שלאף אויף
שוין נישט קיין חלום קוק שוין ארויף
אני לדודי שפירט מען אין הויף
א גוטע כתיבה פונעם יפה נוף

זיך דערוועקט צום הנשמה לך
טאטע מיר זענען בוטח בח
גישאנקן פון שלאף איבער א וואך
שענקן פאר אונז אפשר דאך

די האר זיך לאזן שערן
די לייב אפגעוואשן ווערן
ווי א יום טוב די שמחה מערן
זיין בטוח נישטא וואס צו קלערן

טאטי אלס ריכטער
זכותים זיכט ער
אלע פרייליכע געדיכטער
גוטע נייעס באריכט ער

סימנא מילתה
מיט האניג די זיסע
אן עפל א קאפ מיט רימון בנקשיתה
זיך שוין מרחם זיין בגוי גלותי

פון פיאות טוט טראפן א טראפ
ווי פלאם פייער א שאקל דעם קאפ
פון דעם תקועה זיך דערוועקן
דעם שווארצן ייצר מער נישט לעקן

ומפני חטאינו געבן א כליפער
מי יחי ומי ימות עס כאפט א ציטער
יעצט טוט מען שרייבן און מען זיגלט יום כיפור
כאפן א בליק דארט אונטען ביים סיפור

אין וואסער די זינד זאל שווימען
א כפרה אויפן קאפ זאל ברימען
מזונות ביים שמש גענומען
אלע בזיונות אפקומען

מיט א ווייסע אנצוג זיך ארומנעמען
טאביק צו שמעקן און אוודאי א לעמאן
קיין טראפ וואסער נישט נעמען
א גוטע חתימה אן קיין קלעמען

ד׳ הוא האלוקים מען פארשטייט
א שמייכל אויפן געזיכט אויסגעשפרייט
ויום טוב היה בצאתו א יעדער צוגייט
שלום עליכם מיט א זריזות מ׳שרייט

וואכן און טעג זיכן און אלע הויפן
אפשר אין קרוינהייטס קען מען נאך קויפן
א הדר אויפן שענסטן אויפן
צום דיין שנעל לויפן

האקן זעצן שניידן און דרילן
די שכן זיך רעגן און בילן
איך בין דאך מקיים דעם באשעפערס ווילן
עס איז דאך פסול אונטערן אילן

די שווערסטע מצוה ענדליך ערשיינט
מיט הייליגע לייסטלעך ארומגענומען היינט
די אושפיזן אזוי בחנ׳ט
לייכט און שיינט

די משפחה פארברענגט אינאיינעם
דאס הייסט שוין א מצטער זאגט דער איידעם מיט שיינעם
א סטעיק א פעטען א פיינעם
אוי ושמחת... זאלן קראכן אלע שכנים

ווי גייט מען גיט מען א פרעג
הייבט אן דער געיעג
פארוויילן און פארברענגען די טעג
כאפן בילדער אוודאי מ׳מעג

אונזער הייליגע תורה
שמחה פארן בורא
זיך גליטשן אויף ראפער׳ס און פענדלעך
זיך וויצלן מיט די ציצית בענדלעך

זיך געשפירט אזוי נאנט
מען האט פון אונז געמאנט
דערהויבן און מעכטיג
הייליג און פרעכטיג

לאז אונז נישט איבער
פאהר נישט סתם אריבער
בלייב מיטן ציבור
אן אייביגער חיבור


"Poems are made by fools like me, but only god can create a tree" (Joyce Kilmer)

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר