זאלסט נעמען דעם ווילן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

זאלסט נעמען דעם ווילן

שליחה דורך געוואלדיג »

טאטע אין הימל איך בעט דיר
ווער נאך ווי דיר פארשטייט מיר
אפילו איך אליין
קען זיך נישט פארשטיין

איך זיץ און טראכט
ווי אומבאגרעניצט איז דיין מאכט
גארנישט איז פון דיר פארהוילן
אפילו די שיך זוילן

בעט איך אזוי
מיט מיין הארץ גענוי

איך ווייס נישט
איך בין צומישט
וואס זאל איך טוהן יעצט
און וואס טוהן צום לעצט

וואס איז מיין פליכט
ווען אלעס אזוי קריכט
און וואס זאל איך יעצט נישט טוהן
זייער צומישט איך בין

***

האב איך צו דיר איין געבעהט
באשעפער, וואס ווייסט און אלעס זעהט
דיין רצון טוהן וועל איך פראבירן
דיין קרוין מיט דעם צו באצירן

אבער איך ווייס דאך גאנץ קלאר
דיין רצון איז פון מיר פארהוילן ביז גאר
איך ווייס נישט וואס טוהט דיר יעצט געפעלן
און וואס דו טוהסט יעצט נישט וועלן

יעדער מינוט זיין תכלית האט
צו טוהן דעם רצון פון גאט
אבער נישט אלס איז פאר מיר קלאר
וואס איז שקר און וואס איז וואר

בעהט איך נאר אזוי פיל
מיין רצון איז דאך נישט שטיל
פון דעם האסטו דאך זיכער הנאה
רחמנא ליבא בעי

זאלסטו נעמען דעם ווילן
וואו עס פעלט, מיט דעם אויספילן
וועט דאך אלעס ווערן גאנץ
און זיך ארויס לאזן מיט א טאנץ.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר