פאעזיע: "איך וויל"

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

פאעזיע: "איך וויל"

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יולי 18, 2012 5:53 pm

איך וויל

איך האב זיך אויפגעוואכט פון חוני-המעגל שלאף און זע פאר זיך א נודנע וועלט, וואו דער איינציגער חידוש איז געווענליכקייט. 

כ'האב דאס נישט ליב. מאדנע. נודנע.

איך דארף א געפיל, וואס לאזט זיך אין דער האנט האלטן. איך וויל אטעמען נערונג, אבער דערביי זאגן רק נאך-ברכות. איך זוך יענעם חשבון, וואס פארשטייט זיך מיט קאלירן. 

פארוואס זאל דער קערפער זיך רירן ביים גיין אויף ארויף? און, צי איז עס טאקע אזוי וויכטיג צו פארלירן הייך אויב וויל זיך ליגן? 

איך וויל זען; זאלן די אויגן אבער נאכקומען א קאפיטשקע שפעטער. און אז בשמים געשטעלט אונטער צעברייטערטע נאזלעכער, איז דערפון געדרינגען אז שמעקן איז א חיוב? 

פארוואס, בוים, פעלד און גראז, דווקא פאעזיע? זאג א מאנאטאנעם גוט מארגן. זוך אינספיראציע ביי א צופעליג שטיינדל. 

האלט אראפ אן איבערגעקערטן שירעם. לאז רעגן זיך שווערן ביי נאסקייט. וועסט זען ווי ער פיטערט גרינס בשוגג. 

ברענג, אה וועגעטאריער, א חטאת שמינה. זינג הלל אונטער חושכ'דיג פענסטער פון תשעה-באב נאכט. דערצייל דעם רבונו של עולם א ווילדן חידוש. 

פארטראכט זיך, קאנטעמפּליר די אויבנאויפיגקייט פון פשטות. לייז מיסטעריעס א רגע נאך המפּיל. פארווארף אלע קשיות אין לאנד וואו קאמוניקאציע איז נעכטן ארויס פון דער מאדע. 

דו ווערסט, זאגסטו, יונגער גאר? קום מיט מיר צו יענער שטאט וואו א פייג טרייבט פארשעמטן להכעיס'ניק אין ווינקל פון קרייז. 

נאר געדענקען זאלסטו, אז אריין פירט א שלאס וואס זוכט שוין יארנלאנג זיין טיר.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3782 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 18, 2012 5:56 pm

עס ווערט געזוכט מפרשים...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך zamel » מיטוואך יולי 18, 2012 6:44 pm

יאנקל האט געשריבן:איך וויל
פארוואס זאל דער קערפער זיך רירן ביים גיין אויף ארויף? און, צי איז עס טאקע אזוי וויכטיג צו פארלירן הייך אויב וויל זיך ליגן? 

איך וויל זען; זאלן די אויגן אבער נאכקומען א קאפיטשקע שפעטער. און אז בשמים געשטעלט אונטער צעברייטערטע נאזלעכער, איז דערפון געדרינגען אז שמעקן איז א חיוב? 


א בייפאל מיר זאלען שפאצירן ליגעדיג, און שלאפן שטייענדיג

זיס געשריבען יישר כח
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:19 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:עס ווערט געזוכט מפרשים...


לענ"ד נראה לפרש כדלהלן, ובעל הדברים יכפר בעדי אויב כ'פארטייטש אים שלעכט, והוא רחום יכפר וגו'.

איך האב זיך אויפגעוואכט פון חוני-המעגל שלאף און זע פאר זיך א נודנע וועלט, וואו דער איינציגער חידוש איז געווענליכקייט. 
כ'האב דאס נישט ליב. מאדנע. נודנע.

דער מחבר האט זיך געטראפן אין א וועלט וואו גארנישט כאפט אים נישט. אלעס איז פשוט, געווענליך, דורכשניטליך.

ער זוכט עפעס עקסטרעמע, ראדיקאלע חידושים -- אזעלכע וואס זענען גאר בכלל נישט בנמצא. דאס שטיקל רעכנט אויס א ליסטע מיט סתירה'דיגע אבסורדן, זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און פיס.

ער וויל האבן געפילן וואס זענען ממשות'דיגע זאכן, וואס מען קען האלטן אין די הענט, ווי א חפץ. ער וויל מאכן ברכות אויפ'ן עסן, אבער דווקא נאר נאך-ברכות.

ער וויל גיין, שפאצירן, אבער אן דעם וואס דער גוף זאל זיך מוזן רירן פון פלאץ. ער וויל ליגן, אבער בלייבן "הויך"; נישט אז זיין הייך זאל גיין אין דער לענג.

ער וויל זען. ער פארשטייט אז זען מוז מען מיט די אויגן; וויל ער אבער די אויגן זאלן ווערן א "טפל" אין דעם זע פראצעס. ער פארשטייט נישט פארוואס בשמים מוז דווקא געשמעקט ווערן...

די נאטור ווערט געווענליך געניצט אלס מיטל און אינספיראציע פאר פאעזיע. פארוואס קענען זיי נישט זיין פשוט, ווי א פשוט'ער גוט מארגן? אינספיראציע פאר פאעזיע זאל קומען דווקא פון אבי א פשוט'ן שטיין.

עפעס אזוי...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פשוט-קאמפליצירט אום דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:55 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1358 מאל

הודעהדורך משה געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:39 pm

שיין אראפ געלייגט פ״ק, גענומען דאס קאמפליצירט און געמאכט פשוט...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2751 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:52 pm

ישר כח פשוט-קאמפליצירט!!
דער פאעט פארמאגט א טיפע נשמה.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4419 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:22 am

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עס ווערט געזוכט מפרשים...


לענ"ד נראה לפרש כדלהלן, ובעל הדברים יכפר בעדי אויב כ'פארטייטש אים שלעכט, והוא רחום יכפר וגו'.

איך האב זיך אויפגעוואכט פון חוני-המעגל שלאף און זע פאר זיך א נודנע וועלט, וואו דער איינציגער חידוש איז געווענליכקייט. 
כ'האב דאס נישט ליב. מאדנע. נודנע.

דער מחבר האט זיך געטראפן אין א וועלט וואו גארנישט כאפט אים נישט. אלעס איז פשוט, געווענליך, דורכשניטליך.

ער זוכט עפעס עקסטרעמע, ראדיקאלע חידושים -- אזעלכע וואס זענען גאר בכלל נישט בנמצא. דאס שטיקל רעכנט אויס א ליסטע מיט סתירה'דיגע אבסורדן, זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און פיס.


ער וויל זען. ער פארשטייט אז זען מוז מען מיט די אויגן; וויל ער אבער די אויגן זאלן ווערן א "טפל" אין דעם זע פראצעס. ער פארשטייט נישט פארוואס בשמים מוז דווקא געשמעקט ווערן...



עפעס אזוי...

אגב, ס'דא א סארט קאנדישאן וואס הייסט synesthesia. דאס איז ווען אנדערע סענסעס (מישן זיך און) טוהן (אויך) שפירן א געוויסע סענס. למשל, שמעקן א קאליר, זעהן א קול [רואים את הנשמע...] וכו'.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 883 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט