סובב סבב הולך הרוח

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

סובב סבב הולך הרוח

שליחה דורך אמת45 »

אין מיסטישע וועלטן אויף הויכע בערג, צווישן בלויע ימ'ען אין א ווייסע געצעלט,
אין א וויסטע וואלד מיטן זין פארשטעלט דורך לאנגע ביימער אין א שטילע וועלט.
איך זיץ פארטראכט, די אויגן פארקנייטשט, איך רייס די גראזלעך - פון לעבן באפרייט.
איך טראכט פון מיר און באדייט - און די בריאה ארום מיר א ליידיגע שיינקייט.

כגלגל החוזר - צו א ציללאזן ציל, מיט פארשפילטע געפילן,
די שכל פארטוהן,
איך לויף נאך ערפילונגען ווען זיי בלייבן שטענדיג ווייט,
שטענדיג איך כאפ ווייל באלד איז שוין צייט,
אויב איז די ציל א ענדלאזע דאן פארוואס בכלל אנהייבן,
אויב בלייב איך שטענדיג לעכצן דאן פארוואס בכלל שטייגן,
און אויב איז צייט די ענדע דאן פארוואס אריינכאפן.

אָן ארימאן איז גביר נישט קיין ווארט
אָן חסרון האט ערפילונג נישט קיין פלאץ
אָן שלעכטס האט גוט נישט קיין ארט
און אָן טויט איז לעבן נישט קיין זאך.
וואס האב איך דען נאכצולויפן אויב גארנישט עס פעלט מיר,
איך לעב דורך חסרון און בין אנגעהאנגען אין איר,
אבער דערפון זיך צו באפרייען שטענדיג איך זיך,

אויב זיין דערהויבן דאן פארוואס זיץ איך דא אונטן,
און אויב ווייטער דא פארבלייבן, דאן וואס איז מיין ניצן.
איך גלייך די גערודער אבער בלויז פון דרויסן,
אבער ווער וועט עס דען מאכן אויב פּערפעקציע איז די איינע אופן.
איך בין דער גוטער, יענער איז שלעכט,
און פארפילט מיר מיט א תכלית א פראיעקט.
וואס מאכט דאס רעדעלע רונדיג און פערפעקט,
זיך דרייענדיג אוימאויפהערליך פארן זעלבן צוועק,
נישט נאר איז דאס וואָר אין די פארעם פון ברואים - צוויי,
נאר אויך אין מיר עקזעסטירן זיי,
דער ארימאן און דער עושר,
דער גוטער און שלעכטער,
וואס ראנגלען זיך ביידע און מאכן גערודער,
ווער פון זיי צוויי גייט זיין דער פירער,
וואס האט אין דעם וועלט נישט קיין מציאות,
וויבאלד די הפכיים - די דיו פּרצופים,
זענען זכר ונקבה, די טרעגער פאר קיום.

טראכטענדיג ווייטער מיינע אויגן זיי לייכטן - שנירעלעך טרערן פון מיינע אויגן פייכטע,
איך בין 'פרייליך' צו זעהן די קלארע בילד,
פון א 'טרויעריגע' סצענע מיט מיר פארשפּילט,
איך דארף ווייטער יאגן די ברויט, בלויז צו יאגן א צווייטע,
העלפן די שלעכטע בלויז צו העלפן די נעקסטע,
ארום און ארום די זעלבע רעדעלע דרייט זיך
יעדער לויפט עפעס נאך דאן מען צוגייט זיך,
און אין דעם פארדרייטע רינגעלע איך בין פארכאפט,
וואס ענדיגט זיך בלויז מיטן לעצטן קלאפ.

[איך ווייס נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן ע"פ דיני פאעזיע אבער אין געפילן איז זיכער נישטא קיין דינים]

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר