בני בכורי ישראל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

בני בכורי ישראל

שליחה דורך אמת45 »

הבה נתחכמה לו האט פרעה געצה'ט,
אויף א שטיל קליין פאלק, פרידליכע שכנים,
עם אחד מפוזר האט המן געשריגן,
מיט א געניאלן פלאן זיי אינגאנצן צו פארווישן,
אן אנדער מיטל האבן די יוונים גענומען,
די גופים לאזן גאנץ, די נפשות פארקלעמען,
אנשטאט גיסן בלוט, עס מיט גליסטעניש אויפקאכן,
דאס קינד צו זיך פארכאפן, פארטרייבן דעם טאטן,
אויפן קרן השור דעמאקראטיע אויסגעשפראכן.
די ליבליכע קריסטן און שטרענגע קאטאליקן,
אונז אין גלות געשיקט פון איבעראל פארטריבן,
איין קעניגרייך נאכן צווייטן, פעלקער פון אלע צייטן,
שטענדיג אונז געהאסט, און צושפרייט צו וועלטס פיר זייטן.
איינער מיטן מעסער, איינער מיטן צינג,
א טייל פון אינדרויסן, א טייל מבפנים,
א טייל מיט גלאטע קלעפ, א טייל גאר פארשטאנען רעכט.
ביז דער לעצטיגן צורר האט אונז דעם אמת בילד געוויזן,
עס האט קיין פראפעסיע נישט געשיצט,
קיין פריינטשאפט נישט געהיטן,
קיין כבוד נישט אפגעהאלטן, גרויל קיין גרעניץ נישט געוויסט,
אלטע אונגארישע פריינט דאס פרצוף אויפגעדעקט,
עגאיסטישע דייטשן דאס אינערליך האס אנטפלעקט,
די טשעכן און פאלאקן, אונז געפירט צו די באראקן,
די זעלבע הוילע קעפ וואס האבן זיי פרובירט נאכצומאכן,
קארטן שפילער און אקטיארן ווי די רבנים אין זייער גלייכן.
עם ישראל אין פייער אין איין רייע אריינגעגאנגען,
ווי איינציג ווי ביים געבורט, אזוי איינציג ביים שטארבן.


שאל אביך ויגדך  זקינך ויאמרו לך,
צו זעהן דעם גלאטן אמת, פרעג זיך ביי היסטאריע נאך,
נישט נאר די עמלקים און נישט בלויז פון שפאניע,
נישט בלויז די רוימער און נישט נאר פון אייראפע,
די אומשולדיגע בלוט בלבולים און רוסישע פראגראמען,
די עשרה הרוגים, די בייזוויליגע יוונים
די ת"ח ות"ט הריגות, און געצוואונגענע שמד'ן
די טערקן און איטליענע פרסיים און בבליים,
לא ראי זה כראי זה, יעדע איינע מיט זיין מענה
הצד השוה אלע איין טענה,
דער איד איז אונז א שטער
א דארן אין אויג,
זיין מציאות איז געווער,
צו וואס דען אונז ער טויג,
אין כל חדש, זאגט שוין קהלת,
די זעלבער עשו, דער זעלבער גוי,
דער זעלבער כנען דער זעלבער פריינט,
שטענדיג דער איד בלייבט דער וועלטס פעלער
דער עם יושב אוהלים, און דער איש יודע ציד
ולאם מלאום יאמץ, אין קריג מיטן ברודער.

דער עם מתי מספר, טרייע צו איין ג-ט
אייגענע געזעצן און קולטור,
פונעם געבורט די זעלבע קלאר,
אויפן זעלבן שטייגער איבעראל,
אפילו נישט אין לאנד ישראל,
דער עם חכם ונבון געזעצטע מאראלן ער האט,
אן אייגן תורה און בית ספר,
אייגענע ספרים און באגלייטער,
לעבנספולע טעג, קיינמאל אין געיעג,
לא רחוקה הוא, א זיסקייט דערין מען שפירט,
עפעס אנדערש נישט מען זוכט.
מאין באת איז א קלער
לאן אתה הולך איז נישט שווער
מיט א שטארקייט זי גייט אן, די גערודפ'ט פאלק ישראל,
שטייט עשו אין זיין עולם הזה,
קוקט אויפן ברודער מיט א שנאה,
עס ברענט אין אים א קנאה.
אים שטיפט בלויז די תאווה,
קיין שמחה נישט צום געפינען,
קיין באדייט ער שפירט דערינען,
א לופטיג לעבן, צייטווייליגע שטרעבנס
צושטערטע טרוימען, צובראכענע ליבע
קיין ציל נישט צו ערייכן, אחוץ דאס רייכטום איבער א צווייטן
כסדר זיין ג-ט ער זוכט און טוישט אים ווי א פאר שיך
אלע סארט גלויבנס ביי אים זיי טוען שפראצן,
פון רציחה ביז הכחשה, אויף אלע באדנס שוין געטראטן
אבער דעם אינערליכן פיין האט ער קיינמאל נישט געשטילט
נאר אנשטאט מיט בלוט און תאווה אים גאר ערפילט
און מיט א גלייכבארעכטיגקייט טענה שטענדיג פארשפילט.
יעקב כאפט אים צו די ברכות, נישט בלויז פון יענעם וועלט
נאר דא אונטן אויכעט איז ער דער גאר וואס קוועלט,


אבער צומאל דער בן מלך, דער אידעלע ער כאפט נישט,
דעם געשאנקענעם עץ חיים ער באשליסט ער דארף נישט
און לויפט צום עץ הדעת, נאכטאנצענדיג זיין חשק,
דער גוי ווערט זיין גיבור, זיין קולטור נעמט אים איבער
זיין רייך אוצר ער פארקויפט פאר אביסל רייצנדע מחשבה
וואס באטראכטענדיג דעם עבר, איז בחזקת דבר האבד
די גליסטעניש און כבוד, פארשלעפן אים די השגה
פון אין זיך אנדערקענען, זיין טיף הויכע נשמה.
משכילים ווי מתיוונים, פיליזאפן ווי אטיאיסטן
קראים ווי רעפארמער, צדוקים ווי לאומיאיסטן
ערב רב און פרייע ווי הייסע ליבעראליסטן
די זעלבע אויגן זיי ציען, פאר די זעלבע געדאנקען זיי קניען
דעם אמאליגן פוילישן קולטור, מיטן אמעריקאנעם ערזעצט
מיט א נייעם אילוזיע אז  בלויז דער פאלאק איז צוקוועטשט
דעם דייטשן אריסטאקראט לויפט מען טאקע מער נישט נאך
נאר דער מאדערענער אמעריקאנער געטראפן אנשטאט
נייע כוכבים נייע מאוויס, נייע ספארטלער נייע טיווי
פרישע ליטראטור, פרישע פארוויילונג
סאציאלע מידיא און פאליטיק, אין אלעם א מיינונג
אנשטאט אביי'ס א מימרא רבא'ס א הגיון
די חכמה בגוים ווידעראמאל א נסיון.
דער זעלבער גוי וואס קוקט אויף דיר מיט שנאה,
ביסטו גאר חונף, ביסט אים גאר מקנא
ווילסט מיט אים אויפטוישן די גליקליך לעבן דיינע
אותי עזבו מקור מים חיים, לחצוב בורות בורות נשברים,
דעם טעאטער פארן בית מדרש - ווידער זיך מען טויפט
צום אלט נייעם עשו די אויערן ליבערשט מען נויגט,
ווי צום שלשלת המשולש פון אלפי סופרים וספרים.
די ספארטלער און כוכבים וואונדערליכע העלדן
אנשטאט די כובשים את יצרם, וואס שטייען שטארק ווי פעלזן,
דער האוסט און בעל הטוויטער איז שטארקער א דעה,
ווי הלל'ס אן הדרכה רב פפא'ס אן הוויה,
געשאפענע מאראלן גאר לינקע, אינגאנצן דערפון נשפע
ווי ווען מיט איין בלויזע הסברה, מען קען טוישן א מדה.
די פרישע אגענדעס און טרענדס, פאלשע פרענדס און פענס
וואס דער גוי יאגט בלינדערהייט,
דער איד קוקט צו פון דער זייט,
אינאיינעם מיט זיי ער גייט.



ישראל ביסט א בן מלך, א בכור אן עם סגולה
ג-ט האט דיך דערוועלט און געגעבן דיר די תורה
די שליסל צום לעבן, פון עץ החיים דו ביסט יונק
אמת'ע מאראל'ן, א לעבן מיט ריכטיגע עונג,
א תכלית אין לעבן, אמת'ע שטרעבן,
א וועגווייזער פאר אנדערע, ג-ט'ס וועגן צו ערקלערן.
זעה דיין ערך, שעץ דיין ווערט
האלט דיך ריין, שפיל נישט מיט ערד
ביסט צו הויעך און טייער, ביסט ג-טס אייגן פייער.
אז דו זעהסט נישט דיין ערך ווער וועט דיר צייגן
דער גוי וויל דיך נישט זעהן פאר אים זיך בייגן
שטיי שטאלץ און גלייך, מיט אן עזות דקדושה
עפן די גמרא, קוק ריינע חכמה פליסן
רחבה מני ים, בלויז דו קענסט דערפון געניסן
שטויב אפ די שמוץ פון דיין הייליגע זעהל
וועל דיין ג-ט וואס האט דיר דערוועלט.
ג-ט האט מיט דיר ביים איבערהיפן, א סימן געמאכט
לייג דעם גויאיש אפגאטס בלוט אויפן שוועל פאר א וואך,
א צייכן פאר א אידיש הויז, אן אייגנארטיג עם,
מיט לא שינו דיך ארויסגעצויגן און מיט דעם דיך באגלייט
ווי לאנג דו טראגסט דעם צייכן שטאלצערהייט
אבער אויב דאס גופא דו ווילסט ברעכן,
דאן וועט דאס אליינס דיך שטעכן
אומקאנפידענס איז דיין שונא,
בכורה דיין מדה נכונה
שובה אלי, בלויז צוויי שבתים פון ענק איך בעט
מצילנו מידם, מיד נגאלין עטס זעהטס.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר