פרילינג - כי האדם עץ השדה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 555 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

פרילינג - כי האדם עץ השדה

שליחה דורך קומזיץ »

די פרילינג באווייזט זיינע קאלירן
גענוג! מען גייט שוין נישט פרירן
די גאנצע בריאה ויזמרון לך שירין.

א פרישקייט אויף דער וועלט
די זון שיינט ווי א העלד
מער נישט די קעלט.

עס בליעט און שפראצט
דא און דארט
אויף יעדע ליידיג ארט.


א האפענונג פאר גרויס און קליין
זיך באוויזן מיט פראכט אזוי שיין
אליין מער נישט זיין.

מיר זענען געווען איינזאם
באהאלטן אינעם שטאם
פארלאשן אונזער קאליר און טעם.

אויסשפרייטן אויף אלע זייטן
אנכאפן איינעם דעם צווייטען
נאטורליכע שטרענגלעך און קייטן.

אבער ביים זייט זיצט'ס איינער לעהר
ס'איז מיר גוט, איך וויל נישט ארבייטן שווער
וואס טויג די איבערקער.

זיך צו באווייזן וואס איז די באדייט
זיך צו בארומען מיט מיין שיינקייט
ברענגען וועט עס מ'זאל זיין ווייט.

ניין, נישט דאס איז די געדאנק
יענעמ'ס הצלחה טוט נישט באנג
יעדער אויף זיין אייגענע גאנג.

אז מ'איז פארפוילט איז דאס א באווייז
אנדערש פון מיר מיינט נישט א גרייז
דיינע שלעכטע גראזן אוועק רייס.

פון איינער דעם צווייטן מיר לערנען און שטודירן
נאר צוזאמען ווייזן מיר אונזערע הערליכע קאלירן
מיט אונזערע אייגענשאפטן טוען מיר שטאלצירן.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר