א טעגליכע ווענדונג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

א טעגליכע ווענדונג

שליחה דורך געוואלדיג »

גוט מארגן משה מיילעך
ביסט אויפגעשטאנען בין איך פריילעך,
איך דארף דיר היינט זייער וויכטיג
ביסט דאך טויגלעך און טיכטיג,
איך דארף פון דיר וויכטיגע זאכן
וואס נאר דו קענסט מאכן,
קודם כל אין מקוה זאלסטו גיין
צו זיין פריש און ריין,
און א פיינע קאווע זאלסטו נעמען
דיינע פיאות מאכן און אויסקעמען,
דערנאך דאווענען אן געשטערט צו ווערן
איך ווארט דיינע ווערטער צו הערן,
פון מיין משה מיילעך טוה נישט פארגעסן
א נארהאפטיגע פרישטיג זאלסטו עסן,
דאן צום ארבעט גיי אריין
מיטן גאנצן קאפ דארטן זיין,
ערליך און אפגעהיטן זיך פירן
פון מיין תורה און מצוות זיך נישט אוועק רירן,
ערליך פארדינטע געלט אהיים ברענגען
דיינע קינדערלעך אויף דיר הענגען,
איבערן טאג פארגעס נישט עסן און טרינקען
אין קיין קרענק זאלסטו נישט איינזינקען,
דערמיט ביסטו נאכנישט פארטיג
איך האב פאר דיר ארבעט אייגנארטיג,
אינדערהיים לייג צו א האנט
מיט וואס נאר ביסט באקאנט,
פיטערן די קינדער נאכטמאל
אדער אפילו זיי באדן צומאל,
זיכער מאכן אז זיי גייען אין די בעטן אריין
דיין ווייב זאל נישט צו אויסגעמוטשעט זיין,
מנחה מעריב דאווענען כהלכה
איך וויל דיר שענקען מיין ברכה,
שיעורי תורה טאג טעגליך
און פארשטייט זיך ווען נאר מעגליך,
נאכטמאל דארפסטו אויך עסן צו דער זעט
גענוג בעפאר דו גייסט אריין אין בעט,
קרי״ש שעל המטה ערליך זאגן
דאן אין בעט אריין יאגן
גענוג בעפאר עס הייבט אן טאגן,
א גוטע נאכט, שלאף געזונטערהייט
האסט דיינע פליכטן ערפילט מיט א פונקטליכקייט,
כאטש דא און דארט האסטו עטוואס פארפארן
וועט דאס זיכער ווערן פאראכטן אין די נעקסטע טעג און יארן,
איך בין צופרידן פון דיר זייער
ביסט ביי מיר גאר טייער,
די וועלט דארף דיר האבן
דיין קאפ טוה נישט אין זאמד באגראבן,
דו ביסט א וויכטיגע באשטאנדטייל פון די וועלט
השי״ת פון דיר קוועלט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר