בלאט 1 פון 1

האנדל ערליך

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 11:25 am
דורך מאן דאמר
נישטא קיין עסן זיגלעך,
נישטא קיין מילך קריגלעך,
די קינדער אין די וויגלעך,
טרינקן די מאמע׳ס מילך.

די פראקאט איז מער נישט אומזיסט,
דער דאקטאר באצאלן דו מוזט,
רויב נישט פונעם קריסט,
זאג נישט ״איך האב נישט געוואוסט״

מען ברויך באצאלן שטייער,
אפילו אז ס׳איז טייער,
ס׳איז א שפיעל מיט פייער,
ס׳איז א שטעקן אין נישט קיין מייער.

אויפן פארנט פונעם טאגבלאט,
זיי ווערן קיינמאל נישט זאט,
אויב עמיצער האנדלט נישט גלאט,
און די חשבונות זענען נישט אקוראט.

עסקנים, רבנים, דיינים,
פאליטיקאנטן אדער רייכע מחותנים,
א פעטער מיט אסאך בנינים,
א דינער מיט אילאוויטש און א קאפעלע חזנים.

דאס אלעס וועט העלפן א רעטעך,
דעריבער יעצט איך בעט׳ך
דער מצב מיט די אויגן איר זעט׳ך,
האנדל כשר אין מקח.