פאעזיע: די ישיבה יארן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
יאפטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

פאעזיע: די ישיבה יארן

שליחה דורך יאפטשיק »

ס'בענקען זיך די זיסע יארן מיינע
ווען איך פלעג אין בעט ליגן
אין די דאלמעטארי פון ישיבה קטנה
און זיך שלאגן מיט די מאסקיטן און פליגן

אויף אן אלטן מאטראץ אדורכגעזייעט מיט אלעם
א קישן איינגעקוועטשט, געשלאפן גאר אסאך
א דאכענע אין א ציעך אויפגענייעט פון די מאמען
געשלאפן גאנצע בייגעלעך, און זיך אויסגערוהט צום זאך

זעמער אזוי געפאפן, עטליכע בחורים אין א צימער
הויעך געשנארכעצט און געכראפעט ביינאזאם
די זייגער, געלאזט אפאר קלאנגען, דערנאך געווארן א שטומער
איך דריי זיך אויס צום וואנט, אנטשלאף ווידער, ס'איז די בעסטע טעם.

מ'קאכט זיך און מ'בראט זיך, מ'ווייקט זיך אין געלעגער
צווישן איין שלאף אין צווייטן, איך קלאץ אויפן דאך
דער משגיח קומט שוין וועקן, אזא רשע א פעיגער
ער קען רעדן צום וואנט, ער פארלאזט דעם צימער גלייך

אום ווינטער, ס'איז א פראסט, קוים דער צימער איז געהייצט
אונטערן דאכענע איך וויקל מיך, ווי א ראגעלע איינגעהילט
דער אלטער הייצונג אין ווינקל האט זיך ווי מיט מיר גערייצט
איך פארגלייז די אויגעלעך, קיין קעלט מער נישט געפילט

דער מנהל ער קומט צוגיין, זיינע טריט עס הערט זיך שווער
אין דאכענע טיפער די קאפ איך גראב אריין, לאמיך צורוה דו שוואנץ
די טיר עפנט זיך, ער איז דא, עס איז קיין קלער
א כראפעריי קאפעלע הילכעט אפ, ס'ווילט זיך לאזן אויף א טאנץ

ער גייט פון בעט צו בעט, ברומט עפעס ארויס
קיינער גיבט קיין בלינק, די צער איז גאר גרויס
די לעקטער אנגעצונדן, די פענסטערס אויפגעמאכט
ער שרייט, רעגט זיך, קיינער רירט זיך נישט. ער ווערט צוקראכט.

איי איי איי. שלאפן און פאפן, ציען און רוהען.
אוועק אלע זארגן, אוועק אלע ווייען
מ'שלאפט ביזן טיפן מארגן, און ביז דער נאכט קומט צוגייען
א צוועלעפערל נישט איבערצוהאקן, פארלייגט מען גרויסע מיען

זומער עס איז ווארעם פייכט, און יומעד
מיט די פליגן פיר איך קאמפן, די בלוט צעפערלעך ווי תמיד
די ערקאנדישן א הויכע גערודער, לאזט זיך הערן
מ'ווערט דערצו געוואוינט, צו שלאפן טוט שוין מער נישט שטערן.

איי איך בענק און בענק צו דיזע צייטן
מען האט נאכט מיט טאג געטוהן אויפבייטן
אין בעט זיך מחזק געווען איינער מיטן צווייטן
אוי די גוטע זכרונות וועלן אייביג מיר באגלייטן.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר