חלק אלוקי ממש

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

חלק אלוקי ממש

הודעהדורך אחד העם » זונטאג יאנואר 21, 2018 6:51 pm

קען דער יעצט
איינציגע גאט,
באשאפען
נאך א גאט.

קען דער יעצטיגער
געטליכקייט,
באשאפען נאך
א געטליכקייט.

צו קען גאט,
די הייליגע מאמע,
געבן געבורט
פאר א א-ל קנא.

און דער זוהן,
דער שני למלכות,
דער 'נאך א' גאט.
זאל זיין ווי ער,
א כל יכול
און א אינסוף.

אן קיינע
מאטעריאליסטשער
עקזיסטענץ.

אויפן קאפ
דער קרוין
פון נצח.
אויפן האלדז
דעם יאך
פון אמת.

אזוי האבן זיך
די אלטע לייט
געפרעגט.
ביי די ביכער
צועפענט
צו די הימלען.

ביז דעמאלטס.
אבער-

ווען דער גאנצער יקום
האט געזינקען
נאך צעהן טפחים
צום שאול.

יענער צייט
ווען א פארטרויערטער גאט
האט זיך
פון אונטער זיין שטוהל.

אפירגעזוכט
א הייליג ממזר'ל
א צדיק
מיט א צלם.

זיין רעכטע פיס
געטובלט
אינעם זיבעטען הימל,
געטובל'ט
זיין לינקע
אינעם שאול תחתית.

זיך געקליבן א הארץ
פינעם כף הכלע
אינעם חלל הפנוי.

אים באשוואוירען
אין אלעם
הייליגסטן.
זיי א צדיק
זיי א רשע
גוסס מיט דיין חיות.

ס'זאלן זיך ווארפן
אין דיר
דיינע אורות.
זאלסט פאלן
צו די טיפענישען
אין גאט'ס נאמען.

דיין לעבן
זאל דיר הענגען,
אויפן פארדזשאוועטן שטריק
אינעם טונקעלן קעלער.

דערנאך אים געזאלבט
מיט חזיר פעטענס,
פוגע געווען
אין זיין חותם.

אים געשיקט פאשען
אין די פעלדער
פון רויעך און פאפיר
געווער און נאטן.

זעהן זיי אים יעצט-

שטיין
און פארענט
פון זיין
פארשמירטן שפיגל,
און שרייבט צו אייך
פון א גאט
וואס האט באשאפען
נאך א גאט
וואס שרייבט
און פארענט
פון א שפיגל
פון גאט
באשאפענישען.

ולעומתם יאמרו:
Whatever!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אחד העם אום מאנטאג יאנואר 22, 2018 7:30 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יאנואר 22, 2018 6:11 pm

קוים געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א בליק. קום איך יעצט צו לייענען געהעריג (און לייקן) והילד איננו!
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2482
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9763 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג יאנואר 22, 2018 6:41 pm

סאיז געווען כפירה בעיקר
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 850
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך אחד העם » מאנטאג יאנואר 22, 2018 7:26 pm

ראובן האט געשריבן:קוים געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א בליק. קום איך יעצט צו לייענען געהעריג (און לייקן) והילד איננו!

@ראובן
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך אחד העם » מאנטאג יאנואר 22, 2018 7:26 pm

תורה ומדע האט געשריבן:סאיז געווען כפירה בעיקר

וויאזוי?
זייט אייך מסביר.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 23, 2018 9:07 am

כבין נישטזיכער איך פארשטיי..
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2802 מאל

הודעהדורך אחד העם » דינסטאג יאנואר 23, 2018 2:34 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:כבין נישטזיכער איך פארשטיי..

וואס?

וויאזוי פארשטייסטו אין אלגעמיין?
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יאנואר 24, 2018 4:51 am

עפעס זאגט ער... נישט זיכער וואס, אבער די לעצטע ווארט האב איך זיכער פארשטאנען- whatever!

סשמעקט מעהר ווייניגער כפירה אין יוזל...
תורה ומדע האקט.

בלית ברירה וועט מען בע״כ מוזן אריינמישן דעם ריזיגן פאעט ד״ר בערגער זאל אונז קומען דא פותר חלום זיין מיט א גארילע, א שני למלכות, קוקט זיך אין שפיגל אבער דאך שלאגט זי כפרות מיט א צלם וואס גוסס אינעם כף הכלע פון רויעך פאפיר, מים אחרונים און חי״י ראטל משקה פון אלטע לייט וואס זינגן איש חסיד הי׳ פאר קידוש לבנה למטה מעשרה טפחים פון א פארטרויערטער גלח אויפן האלדז געבינדן א קיישעלע פון פארדזשאוועטן שטריק אין די טיפע פינסטערניש געשלאפן אין די סוכה העכער צוואנציג אמות און גאר געבארגט פונעם פריץ דאס טאביק פושקע אן שטיוועל נאכגעלויפן די וועלף מיט די שאף און רינדער וואס האבן געטאנצן מיט די קינדער פארענט פון גאטס שפיגל געגעסן לאקשן קוגעל ולעומתם משבחים ואומרים whatever.
פאר חסידות, אידישקייט און רעליגיע האט די אהבת ישראל אונז געלערנט וואס פאר א סארט מענטש מען דארף צוזיין, ווי די אמרי חיים פלעגט אייביג זאגן ״לדעתי איז די טאטע געוועהן מן המובחר האנושי״
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6174
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4848 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3598 מאל

הודעהדורך אחד העם » דינסטאג פעברואר 26, 2019 2:04 pm

ארויפגברענגט לכבודו של יום.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

Re: חלק אלוקי ממש

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 26, 2019 6:22 pm

וואס כפירה? ווי כפירה?
ער רעדט פון די געוואלדיגע מדרגה פון א מענטש, וואס איז שני צום גאט, און זיין תשובה צו דעם איז whatever. ווי דער מענטש זעלבסט שעצט גארנישט זיין געטליכקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8933
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8374 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט