אין די שאטן פון ווערטער

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 801 מאל

אין די שאטן פון ווערטער

שליחה דורך אחד העם »

[justify]גאט,

יענע צייט
האביך תמיד
דייו קול געהערט,
ביסטו שטיל
לעצטענס,
אדער איך
טויב.

גראדע,

לעצטענס
זעה איך
שאטענעס
פון ווערטער
טאנצען
אויף די ווענט,
זענען זיי דיינע?

מילא,

די שאטן גופא
ווייסיך איז
מיינער,
סרינט'אך בלוט
פון זיי,
און דו ביסט'אך נישט
קיין רוצח, הא?

אבער,

דער לעצטער פונק
פונעם פארלאשענעם ליכט
איז ביידענס,
זאגסט האסט'עס געצינדען,
קען זיין, אבער איך האב'עס
זיכער געלאשן,
נא, מאכמיר יחלוקו?

סתם,

וויל'יך דיר פרעגן
פארוואס מאכסט'עס
אויסזעהן
ווי די ענדע
פון ליבע איז נאנט,
און וואו ווייט
איז די אנפאנג?

אוישוויץ אדער מיין געבורט?

מילא,

די ביטערע זוכענישן
פינעם הארץ,
איז מיינער
סי'דאך אזוי טראגיש,
אבער די ליבע
און די רויזען
שימלען אויף מיין ביקס.

!God, so long






[/justify]
רעאגיר