איינזאמע געפילן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

איינזאמע געפילן

שליחה דורך ספרא דמרא »


מענטשן לויפן ארום און דרייען זיך אריין און ארויס, אויטאמאטישע טויערן עפענען זיך און פארמאכן זיך צענדליגע מאל א מינוט, עס דרייען זיך ארום מענטשן פון אלע ראסן, יעדער יאגט זיך צו זיין ציל, קיינער האט נישט קיין איבריגע מינוט, מען טוט וואס מען ברויך און מען גייט ווייטער, ווי אן אויסגעפלאנטע רייזע טוט אלעס קלאפן אויפן טאקט און קיינער זוימט זיך נישט קיין רגע א בליק צו טאן אויפן ארום.

איך בין אויך איינער פון די פארזאמלטע באטייליגער, אבער איך קען זיך צוליב וועלכע אורזאך יא ערלויבן צו זיצן איינזאם מיטן ציגארעטל אין א דעזיגנירטער ארט און קלאצן און גלייזן אן קיין ציל, פארוואס האט יעדער איינער עפעס א באזונדערן טרייב קראפט מיט וואס איך בין נישט באשאנקען געווארן און איך מוז זיי נאר זען האבן וואס צו טאן אין דער צייט וואס איך גיי אראפ פון זינען.

איך באטראכט די צוויי ווי זיי שפאצירן געמיטליך אין קאנטראסט צו דעם גערויש פון ארום, זייערע איידעלע שמייכלען און פארגינונגען איינער צום צווייטן, זיי האבן זיך ליב, זיי זענען דא איין פארן צווייטן, ווי א גלייכער פאר הענטשוך, עס איז ביי זיי פארהאן די מושג פון ליבשאפט, דאס וואס פעלט מיר.

מיין מח הערט ווי מיין הארץ בעט זיך שטום צו די עוברים ושבים.

קוקט זיך איין ווי איך זיץ אזוי עלנד אויף מיין זיץ ארט מיט א פארלאשענעם בליק, מיין קאפ איז אריינגעבויגן צווישן מיינע קניען, מיינע אויערן רויט פון אנשטרענגעניש און מיינע באקן לעכצן פאר א ליבליכע גלעט, אויך די קורצע הערעלעך אויף מיין קאפ זענען אנגעוויזן אין אן איידעלער קרייזל פון צארטע הענט.

ס'ווילט זיך אויפהייבן דאס קאפ און אנטפלעקן פאר אלעמען מיין פארוויינטער געזיכט, כ'וויל בעטן איינעם זאל מיר בארואיגן דעם אטעם מיט א לייכטע דרוק ביים רוקן, פארלייכטערן מיינע מוסקלען מיט איידעלע קנעטן, נעם דיינע וואוילטעטיגע הענט און וויש איידעלערהייט ארום און ארום מיינע בעקעלעך, און זאל דער פייכטקייט פון מיינע טרערן אריינדרינגען צווישן דיינע ריינע פינגער און פארשוועמען דיינע אדערן מיט מיין לעכצנדע געפיל.

אבער צו וועמען זיך ווענדן ווען קיינער איז נישטא.

יא, דאס איז דער ביטערער מציאות, איך בין אליין, עלנד, איינזאם, טרויעריג און דערביטערט, פארוואס פון אלע צופרידענע מענטשן אין די פרייליכע וועלט דין איך אלס דער ביטערער זית, איז די וועלט און איר גוטס נישט געקומען צום באשאפונג האבנדיג מיר אינזינען?

דער טיפער לאך פון א ווילן צו ליבע און פרייהייט ווערט נישט פארשטאפט, די שטאקע אינספיראציע פון די סצענעס וועלכע לויפן פאר מיינע אויגן לאזן נישט רוען, עס מאנט און עס בעט מער און מער, די דראנג ווערט נאר ערגער און שטערקער, מיינע געפילן שטראמען דורך ווי א ווילדער וואסערפאל נאך א לאנגער רעגן, זיי שלענגלען זיך צווישן מיין הארץ און ציען ארויף צום קאפ וואו זיי טרעפן דעם עפענונג און ווערן פארוואנדלט אין ווארעמע זודיגע טרערן פון מיינע אויגן.

איך קען גוט די געפיל...

דאס געפיל פון אן איינזאמער...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר