היינט דא, מארגן ווער ווייסט?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

היינט דא, מארגן ווער ווייסט?

שליחה דורך ספרא דמרא »


מענטשעלע מענטשעלע
ווער מיינסטו אז דו ביסט
אז דו דרייסט זיך אין די וועלט
און דו מאכסט און דו טוסט

מענטשעלע מענטשעלע
דו מאכסט הויכע גערוישן
אבער פארט זיי באוואוסטזיניג
ווייל א פאקט קענסטו דאך נישט טוישן

מענטשעלע מענטשעלע
פון ווען ביסט גאר קליין
ביסטו שוין ביי זיך הויכמוטיג
און אלס גוט געלוינט טוסט זיין

מענטשעלע מענטשעלע
גייען די יארן אין שפאן
און דו האסט נאכאלס נישט גענומען אינאכט
אז דאס לעבן איז א באן

מענטשעלע מענטשעלע
טיילמאל ווען דו שפירסט א לייכטער קיצל
זאלסטו זיין באוואוסטזיניג
דער וואגאן האט זיך פארקירעוועט א פיצל

מענטשעלע מענטשעלע
היינט לאכסטו און דו דרייסט זיך אויפגעיוירן
מארגן ווייסטו דאך נישט
קען זיין אז אלס וועט זיין פארלוירן

מענטשעלע מענטשעלע
וואס ביסטו אזוי עגאיסטיש און פארגרעבט
אויב זעסטו נאר זיך
הייסט עס דאך נישט געלעבט

מענטשעלע מענטשעלע
ביסט דאך אזוי אינהאלטסלאז
קוים אביסעלע אדערן ביינער און פלייש
נישט מער ווי די קוה מיט די גראז

מענטשעלע מענטשעלע
טוה זיך נישט אזוי שיינשטעלן
מיט דיינע אויפטוהונגען נישט טריאומפיר
דען מיט וואס טוסטו קוועלן

מענטשעלע מענטשעלע
זעה נאר א גוטער נאמען זיך צו עררייכן
פאר ווען פון דיר מען וועט פארגעסן
ווען אנדערע וואסערן וועלן דורכפליסן די טייכן

מענטשעלע מענטשעלע
זעה נאר איידעלע מידות צו האבן
ווייל היינט ביסטו דא
און מארגן אונטער א הויפן ערד באגראבן

מענטשעלע מענטשעלע
ווען מיט שאוולען ארום דיר מען וועט אקערן
שוין היינט הייב אן אינוועסטירן
אז מען זאל דיר נאך דאן ווי יעצט באערן

מענטשעלע מענטשעלע
פיר נישט א לעבן אן אומווערדיגן
ווייל דאס וועט דיר אנטקעגנקומען
אין די צייט ווען מען וועט דיר באערדיגן

מענטשעלע מענטשעלע
ווען מען וועט שטיין ארום דיין זעקל ביינער
וועט אין יענע צייט
צו דיין זייט נישט שטיין קיין איינער

מענטשעלע מענטשעלע
ווילאנג ביסט נאך דא מיט אונז
פיר זיך אויף ווי עס דארף צו זיין
עס איז גאר פשוט און בכלל נישט קיין קונץ

מענטשעלע מענטשעלע
פיר זיך מיט ווארעמקייט און פיל ליבע
וועט מען אויף דיר נאכזינגען
'מענטשעלע' בלשון חיבה...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר