ווער בין איך?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

ווער בין איך?

שליחה דורך ספרא דמרא »

בס"ד

איז די מענטשהייט א קאנספיראציע? וועל איך אמאל געוואויר ווערן פארוואס איך מוטשע זיך דא? ווען איך וועל גיין פון דא וועט עס איינעם שטערן? צוליב וועלכע סיבה בין איך פארהאנען? איך בין א מענטש מיט אן אידענטיפיקאציע? וואס איז מיין נאמען? וואס איז עס ווערד? ווער בין איך? אנא אני בא?

כ'האב נישט קיין ווערטער אין מיין מויל
כ'האב נישט קיין אויסדרוקן אין מיין מח
כ'האב אבער יא א געשטיקטער טרערן קנויל
כ'האב אבער יא ווייטאג אזש עס גייט א רויעך

כ'האב נישט קיין געדולד איבערצוקייען
כ'האב נישט קיין פלאץ וואו איך געהער
כ'האב אבער יא אינערליכע געשרייען
כ'האב אבער יא א לעבן זייער קאמפליצירט און שווער

כ'האב נישט קיין געלט אין באנק
כ'האב נישט קיין פארזיכערטן ארט
כ'האב אבער יא א צומישטער געדאנק
כ'האב אבער יא א טרער דא און דארט

כ'האב נישט קיין מענטש וואס זאל מיר אויסהערן
כ'האב נישט קיין נאנטער אויף די וועלט
כ'האב אבער יא א פעדער זיך צו ערקלערן
כ'האב אבער יא טינט וואס קוועלט

כ'האב נישט קיין השגה צוליב וואס איך בין דא
כ'האב נישט קיין וועגן אפילו צו אויסגעפינען
כ'האב אבער יא א גלויבן יפה שעה
כ'האב אבער יא א ריינעם זינען

כ'האב נישט קיין אהנונג וואס וועט זיין
כ'האב נישט קיין השגה וואו איך שטיי
כ'האב אבער יא אויפן הארץ א שווערער שטיין
כ'האב אבער יא א שטארקער הארץ וויי

כ'האב נישט קיין טרייסט אין מיין עסן
כ'האב נישט קיין פרייד אין א גוטע בשורה
כ'האב אבער יא די גוטע צייטן שוין פארגעסן
כ'האב אבער יא א פארוויינטער צורה

כ'האב נישט קיין רואיג מינוט אין טאג
כ'האב נישט קיין ציל אויף דעם פלאץ
כ'האב אבער יא אייביג דעם יאג
כ'האב אבער יא אלס דעם זעלבסטנידערשאץ

אויב האב איך יא איין זאך אויף דער וועלט איז עס דער פעדער, אים קען איך טאקע פירן אויף די שורות און באשאפן ווערטער און געשיכטעס, אבער וועט עס זיין א הילף? פארוואס קען דער פעדער נישט ארויסהעלפן אין ריכטיגן לעבן? איז דאס שרייבן א ריכטיגע זאך אדער פיטערט עס דעם אינערליכן דראנג עפעס צו טאן וואס דורכן שרייבן ווערט דער תכלית אפגעשטופט?

איך ווייס נישט...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר