מיין טרוים די פארגאנגענע נאכט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

מיין טרוים די פארגאנגענע נאכט

שליחה דורך ספרא דמרא »


איך ליג אין מיין געלעגער פלאכירט מיט פארשלאסענע אויגן און מיין מח רוישט, זי ציט צוריק צו געפילן פון אמאל, איך טראכט און דערמאן זיך צוביסלעך וואס איך בין אלס אדורך אין מיינע שטורעמישע יארן, אבער די מערסטע נאסטאלגיע געניס איך פון מיינע חדר יארן...


די קינדער יארן איז אלס א זאך פון וואס מען קען לאכן און וויינען, עס איז שוין פיל געשריבן געווארן איבער די גלעצנדע תקופות פון ווען מיר זענען געוועזן יונגע און אומשולדיגע נשמה'לעך אן קיין זינד אויף אונזער געוויסן, ווען דאס איינציגסטע דאגה אונזערע איז געווען אז די מאמע זאל מיטשיקן א פיינעם עפעלע אז מיר זאלן קענען אריינבייסן דערין ביי יאזנט מיט אונזערע קליינע פרישע ציינדעלעך, ווען מיר האבן שבת ממש געוויינט און פארפירט אז דער טאטע זאל אונז פארהערן וואס מיר האבן געלערנט ביי דעם מלמד אין חדר די וואך.

עס גייען אריבער אזויפיל צייט פון ווען מיר פלעגן אריינכאפן שמיץ פונעם מלמד און מיינען אז דאס איז דאס ארגסטע וואס קען אונז באטרעפן, אבער ווי עלטער מיר ווערן זעען מיר אז די פעטש וואקסן מיט מיט אונז און לאזן אונז נישט קלערן אפילו אז מיר זענען עפעס געשטיגן מיט די יארן, אויב א פראסק האט וויי געטאן ביי די פינף וועט עס ביי די פערציג פילפאכיג מער באנג טאן, טאמער האבן מיר געקלערט אז ווען מיר וועלן זיין באלעבאטים אויף זיך אליין און קענען געוועלטיגן אויף אונזער אויסשטעל פונעם טאג וועט זיין עטוואס בעסער, ווערן מיר איבערצייגט אז פליען פון אן ארבעטס ארט איז פיל ערגער ווי א טאג זיין ארויסגעשטעלט פון ישיבה, אויב האבן מיר אמאל זיך איינגערעדט אז ווען מען האט נישט אויף צו קויפן א בריאשל אין ישיבה'ס מאשינקע איז עק וועלט זענען מיר פלוצים געוואויר געווארן אז נישט האבן צום באצאלן אויף א באשטעלונג פון א יומא דפגרא איז אסאך מער ווייטאגליך און פילמאל אפילו אומאויסהאלטבארע בושות וחרפות.

אבער זיין א נאר און ווילן צוריק זיין א קינד דאס וויל קיינער נישט באמת טיף אין הארצן, אין א ראציאנאל-געשטימטער קאפ פארנעמט נישט די בענקעניש צום אמאליגן לעבנסשטייגער אזא שטארקער ארט און מען טוט זיך נישט עקסטער באמיען אויף צוריקצוברענגען אלטע פארגעסענע אבער ליבליכע געפילן.

אבער אין אמת'ן אריין איז ביי יעדן אין הארץ פארהאנען דאס קליין קינד, די חלק וואס ווערט נישט ערוואקסן און פון דארט שטעקט די חן און זיסקייט פונעם פערזענליכקייט.

מאכט זיך אזא איינער ווי מיר לדוגמא, וואס דאס קינד אין מיין הארץ זיצט אויבנאן, איך גיב אים אפ דאס מערסטע רעספעקט וואס שייך, איך שפיר אז ווען ער וואלט ווען נישט פארבליבן אין מיין געגנווארט וואלט איך שוין לאנג האבן געווען באגאנגען שריט אויף וואס מען קען ניטאמאל חרטה האבן, דאס קינד מאנט פיל אויפמערקזאמקייט און ליבע, אבער איך גיב אים עס מיט די גאנצע הארץ ווייל דאס איז נאר די איינציגסטע פארמעגן וואס איך האב אין מיין באזיץ.

די געפיל, אה! ווי געשמאק עס איז צו זיין מענטש מיט געפילן, ווי בא'טעמ'ט איז צו שפירן ווי א מענטש וואס פארשטייט יעדן און באגייט נישט קיינע אומרעכטן, ווי גוט איז צו זיין דער וואס ווערט בא'עוול'ט אין ארט פון בא'עוול'ען יענעם, ווי אנגענעם איז צו קוקן פון א דרויסנדיגן קוק ווינקל אויף די גאנצע געמיינע וועלט וואס שפילט זיך אפ ארום און ארום.

אויב קען איך נישט אריינדרינגען אין יענעמס הארץ און ארויסהאבן וואס זיין באגער איז, מיינט נישט אז ער פארמאגט נישט קיין בקשה, נאכמער, עס איז מיר בעסער און מער אויסגעהאלטן צו זיין אן אויסגעשפילטער יצמח אין א גרויזאמע וועלט און וויינען אויף מיין אורטייל ווי צו זיין א טייל פון די וועלט, עס איז מיר שוין ענדערש צו זיין צווישן די אנגעזעצטע ווי צו זיין דער וואס זעצט אן.

דאס איז מיין איצטיגער בליק אויף די וועלט, זי איז בייז און אויפגערעגט אויף אירע איינוואוינער, זי איז שלעכט צו די וועלכע פירן זיך אויף גוט צו איר, זי רעכנט זיך נישט מיט מענטשן וואס באשטייען אין איר און זי זוכט נישט זייער גוטס, אן עקסטערע הנאה האט זי אריינצופליקן אין אומשולדיגע און פארביטערן דאס לעבן פון די וועלכע זענען סייווי אומבאהאלפן, זי איז בארבאריש און סאדיסטיש צו די אומשעדליכע, און ברייטהארציג צו די שלעכטע.

אבער דאך וויל איך זיין פון די אומשולדיגע!

עס איז א פרואוו אויף די מענטשהייט, מען קען זיך אליין פארהערן ווען מען קלערט אויף זיך וואס וואלט איך געוואלט זיין? דער פייניגער אדער דער געפייניגטער? אויב געפינט זיך אין אייער קערפער רויטע בלוט דאן זענט איר געצווינגען צו ווילן זיין דער געקלאפטער אנשטאט דער קלאפער.

און וואס וויל איך ארימער מענטש ארויסברענגען מיט די דאזיגע מאמר'ל?

אויב וועלן מיר אלע שטרעבן צו זיי גוטע נאכגעביגע בני אדם דאן פארמאגן מיר גרויסע שאנסן צו לעבן איין טאג אין א געשמאקע ליכטיגע וועלט פון ליבשאפט און פרידן, אויב וועלן מיר מיטטיילן פון אונזערע סוקסעסן פאר די וועלכע גרייכן נישט דאן וועט די וועלט זיין א גלייכע און אייניגע, עס וועט שוין דאן נישט הערשן קיין פיינטשאפט און שלעכטס און די וועלט וועט אפפערן ברייטע שמייכלען און ליבליכע גלעטן, די זון וועט שיינען הארציגע שטראלן און מיר וועלן עס אקצעפטירן מיט שיינקייט, די בוימער וועלן אונז איינהילן אין רימלאזע שאטנס און די וואסערן וועלן קוועלן מיט אן אויסטערלישע רואיגקייט.

קיין דאגות אויף ברויט וועט נישט זיין דען דער עושר זארגט זיך פארן ארעמאן, קיין דאגות אויף גאוה וועט נישט זיין ווייל דער פון אויבן קוקט נישט אויף אראפ, פונקט פארקערט, עס וועלן שטיין די נויטבאדערפטיגע פון אויבן און אראפבייגן זיך צו די מוצלחים און זיי וועלן אריינהייבן הילף אין זייערע אויסגעשטרעקטע הענט.

עס וועט זיין אזוי גוט און אזוי ליכטיג.

אוי, א שאד, איך דערמאן זיך אז איך ליג אין בעט, עס איז נאר א טרוים…
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
רעאגיר