וויין נישט מיין שפין

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

וויין נישט מיין שפין

שליחה דורך ארי נוהם »

וויין נישט מיין שפין


וויין נישט שפין, וויין נישט פארנט פון מיר
ווער וועט כאפן דיין טרער
ווער, מיין זיסקייט, ווער
וויין נישט מיין שפין, לאז מיך נישט איבער אזוי
דיינע לאנגע פיס זענען דאך שוואך ווי שטרוי
קען מיך נישט אנהאלטן פעסט גענוי

איך וויל דו זאלסט וויסן, איך לאז דיך נישט איבער
דיין כח איז דיין געוועב, לעגענדאר דעריבער
דו ביסט אן אינספירירער, פון העכסטן קאליבער
דערפאר טו נישט וויינען

אפילו שלעכטע קינדער טוען דיינע פיס רייסן
לאזן דיר אויסגיין אזוי גרויזאם, עס טוט מיין הארץ בייסן
נעם נישט צום הארצן, דיין געוועב וועט נאך שמייסן
שטערקער פון כוואליעס, טוען אלע ווייסן
דיין לעגענדע וועט נאך שיינען
דיין לעגענדע וועט נאך שיינען

*

וויין נישט שפין, פארכט נישט פונעם מענטש
וואס העלפט שעלטן, ווען מ'קען געבן א בענטש, מיין שפין
ווען מ'קען זיך געבן א וואונטש, מיין שפין
וויין נישט מיין שפין, פארלאז נישט קיין טרער
אויף וועם קען איך מיך אנלאנען, ווען דו גייסט אזוי שווער, מיין שפין
הער נאר הער, מיין שפין

איך וויל דו זאלסט וויסן, איך לאז דיך נישט איבער
דיין כח איז דיין געוועב, לעגענדאר דעריבער
דו ביסט אן אינספירירער, פון העכסטן קאליבער
דערפאר טו נישט וויינען

אפילו שלעכטע קינדער טוען דיינע פיס רייסן
לאזן דיר אויסגיין אזוי גרויזאם, עס טוט מיין הארץ בייסן
נעם נישט צום הארצן, דיין געוועב וועט נאך שמייסן
שטערקער פון כוואליעס, טוען אלע ווייסן
דיין לעגענדע וועט נאך שיינען
דיין לעגענדע וועט נאך שיינען
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר