דאס קול פון שטילקייט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

דאס קול פון שטילקייט

שליחה דורך ארי נוהם »

השיר המרומם, העמוק והכואב: The Sound of Silence, שהושר ע"י הרבנים הישישים רבי שמעון והרב גארפינקעל שליט"א, ועורר תסיסה רבה בימים ההם ובזמן הזה.
ועתה תורגם השיר לשפת זשארגאן ע"י אבד"ק וונציה שליט"א, לתועלת הקוראים הנכבדים אשר יכירו ויביטו נפלאות מתורתם של יהודים הנ"ל, ובוודאי כל המתעמק בזה מובטח לו שימצא פירוש נאה למצבו שלו עלי אדמות.

האי לכם זרע: "דאס קול פון שטילקייט"


א גוטן טונקלקייט מיין אלטער פריינט
איך וויל ווידער רעדן צו דיר היינט
ווייל א וויזיע האט זיך איידל אריינגעכאפט
איבערגעלאזט זומען ביים שלאף ביינאכט
און די וויזיע וואס איז אין מיין מח געווארן איינגעפלאנצט
דארט יעצט טאנצט
אינערהאלב דאס קול פון שטילקייט


אין אומרואיגע חלומות איך האב שפאצירט אליין
שמאלע גאסן פון געפלאסטערטע שטיין
אונטערן הילא פון א גאס-לאמפ זיך געדרייט
און געדרייט מיין קאלנער צום קעלט און פייכטקייט
ווען מיינע אויגן זענען געשטאכן געווארן דורכן בליץ פון א בליטשקעדיגע-ליכט
וואס האט צעטיילט די נאכט
און אנגערירט דאס קול פון שטילקייט


און כ'האב געזען אינעם ליכט וואס באלייכט
צען טויזנט מענטשן, צי מער פילייכט
מענטשן וואס רעדן אן ארויסשמועסן
מענטשן וואס הערן אן אויסהערן
מענטשן וואס שרייבן לידער וואס שטימעס טיילן נישט מיט
ווייל קיינער נישט טוט -
צושטערן דאס קול פון שטילקייט


"נאראנים" האב איך געזאגט, "איר נישט ווייסט
אז שטילקייט ווי קענסער עס וואקסט
הערט מיינע רייד וואס וועט מעגליך אויסלערנען א צייכן
נעמט מיינע ארעמעס וואס וועלן אייך מעגליך דערגרייכן"
אבער מיינע ווערטער ווי שטילע וואסער-טראפן זענען געפאלן
און געלאזט א ווידערקול אין דאס ענדלאזער שטילקייט


און די מענטשן האבן זיך געביקט און געדאוונט
צום אייגן-געמאכטן גאט אין וואס זיי זענען אומבאהאוונט
און דאס שילד האט געבליטשקעט און געווארענט
אין די ווערטער וואס עס האט אויסגעפארעמט
און דער טאוול האט געזאגט: "די ווערטער פון די פראפיטן
טוען אויף די סאבוועי-ווענט שאלן
און אין אפארטמענט-געביידעס זאלן
און אריינגעמורמעלט אין די קולות פון שטילקייט".
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר