א שמועס מיטן פעדער איבערן לעבן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

א שמועס מיטן פעדער איבערן לעבן

הודעהדורך ספרא דמרא » מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 11:46 pm

בס"ד

שוין א לאנגע צייט וואס איך האב זיך נישט מיט דיר געזען, איך שעם זיך און איך מוז דיר איבערבעטן, עס וואלט געווען זייער שיין פון מיין זייט ווען איך וואלט דיר ווען געלאזט וויסן אז איך גיי דיר פארלאזן, אבער וואס זאל איך טאן אז איך אליין האב אויך נישט געוואוסט וויפיל צייט עס וועט מיר נעמען ביז איך וועל זיך צוריק צוזאמשטעלן מיט דיר.

איך רעד דא צו דיר, מיין פעדער.

איך האב דיר איבערגעלאזט אליין און געגאנגען מיין וועג, אבער דו ביסט זיכער בעאויפטזעכטליך אז איך בין נישט באקאנט אין מיין צוקונפט און יעדע קלאפ ברענגט א צווייטע, אין א געווענליכער פאל ביסטו מיין ערשטער אדרעס און פריוואטער מענטאר ווען עס קומט אזא פאל, עס מאכט זיך אבער אמאל וואס דער פאל איז אזוי שטארק אז ביז מען נעמט זיך צוזאם דאס זעקל ביינער און מען ברענגט זיך צאמצושטעלן א ווארט פון עטליכע בוכשטאבן, און דאן א זאץ, און דאן עטליכע שורות, קען אמאל אויך נעמען א וויילע.

אבער יעצט אז איך זיץ שוין ווידער מיט דיר מיין געטרייער קען איך דיר אנטפלעקן אז גאר א שווערע וואך איז אויף מיר אריבער, זייער שווערע מצבים און סיטואציעס וואס איך האב מיטגעהאלטן אין די פארלאפענע וואך איז געווען דער אורזאך פון מיין אפוועזנהייט, און זייער אסאך מאל ווען איך האב זיך שוין געוואלט זעצן און זיין נאר מיט דיר איז אפירגעקומען א קרעצל וואס האט דאס פאראוממעגליכט.

דו ביסט דער איינציגסטער וואס ווייסט וואס איך גיי אריבער, דו ווייסט אויך אז איך בין א מענטש וואס דרייט זיך אין גאס מיט א שמייכל, און איך באגריס מענטשן, איך העלף ארויס אויב איך זעה אז איך קען און טיילמאל טוה איך פאר א צווייטן מער ווי איך קען, דו ווערסט אבער נישט אפגעקויפט פון שמייכלען און האנט דרוקן, דו ווייסט יא אז אונטער יעדע שמייכל איז דא א גאנצע וועלט וואס איז נישט דוקא ליכטיג, זייער אסאך האבן דיר שוין אנטדעקט אז דאס שמייכעלע אויף זייער געזיכט איז נאר א גרויסער דעקל צו זייער טיפע טרויער.

אזוי איז עס, אמאל איז מען גענוג פאר'צער'ט אז מען קען זיך שוין ערלויבן צו געבן א שמייכל אויך, וואס איז דען דער פחד פון שמייכלען אין א שווערע צייט? טאמער מען וועט אויף א רגע פארגעסן פון די שוועריגקייטן, אבער ווען מען איז גענוג טיף אין הארצן באדראעט מוז מען נישט זיין אזוי פארזיכטיג וויבאלד מען ווייסט אין אונטערן בעוואוסטזיין אז דאס שמייכל באדעקט נאר די ווייטאג.

אין די אויבערפלעכליכע וועלט הייס איך גאנץ אן אנשטענדיגער צופרידענער מענטש און נישט א אנגעווייטאגטער נפש, מאנכע ווייסן אפילו צו זאגן אז איך בין פיין מצליח און אז איך ווייס נישט די באדייט פון שוועריגקייטן, אבער דער אמת איז אז איך ווייס און נאך ווי…

אין א געוויסן זין שטיי איך גאר אין אן ערגערן מצב ווי דער היימלאזער מיסט קלייבער אויף דער גאס, ער איז דאך ארויסגעשטעלט מיט זיין גאנצע פראכט אויפן פאדיום, מענטשן ערלויבן זיך צו קרעכצן פאר זיינעט וועגן, זענען פארהאן אפילו אזוינע וואס ווארפן אים צו א מטבע'לע דא און דארט, דאגעגן איך בין דאך פון אויבנאויף א מענטש מיטן גרויליגן טיטל 'נארמאל'.

'נארמאל', וואס פאר א שלעכטער ווארט דאס איז, וויפיל מענטשן האבן געאפערט זייערע קאריערעס און לעבנס אלס אויפן קאנטע פון 'נארמאל', וויפיל פאפיר און טינט זענען שוין פארנוצט געווארן אויפצוקלערן די מענטשהייט איבער די סכנה פון די ווארט 'נארמאל'.

א קליינער רעכענונג אין קאפ צייגט מיר אז דער צעבראכענער מענטש אויפן גאס האט א בעסערע לעבן ווי מיר, דער טיפישער מענטש האט אויך א מענטש וואס קלערט פון אים, אפילו דאס קעצל וואס אנטלויפט ווען איך קום אים אנטקעגן איז אויך גליקליכער ווי מיר, ער האט דאך ערגעצוואו איינע וואס ווארט און גארט אויף אים אז ער זאל ברענגען די איבריגע פון מיין מיסט זעקל, איך אבער וועל מוזן בלייבן אזוי אפגעזונדערט פון די מענטשהייט און איך וועל מוזן דינען מיין צובראכענעם גייסט מיט ליבשאפט ווייל א צווייטער קאנדידאט איז דאך נישט פארהאן.

הילף! ווער קען מיר דא העלפן? ווער קען מיר אויסהערן און ווייזן א וועג אין די פארנעפלטע מיסטעריע פונעם קומענדיגן טריט?

ביזדערווייל איז געבליבן מיין איינציגסטער טרייסט דו פעדער און זעט זיך אויס אז נאר דו וועסט בלייבן מיט מיר אויף יעצט, דעריבער זיי מיר געזונט און אויף ווידערזען גאר שנעל.
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

Re: א שמועס מיטן פעדער איבערן לעבן

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:32 am

אז דו ביסט שוין יא געקומען צום הכרה אז זיין 'נארמאל' איז קיין טובה פארן מענטשהייט, דאן פארוואס נישט אפלאזן דעם נארם און ווערן א סוקסעספול משוגענער?
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1937
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2781 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron