א טרייסט אין דעם גלעזל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

א טרייסט אין דעם גלעזל

הודעהדורך ספרא דמרא » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:11 am

בס"ד

מענטשן ווי מיר פירן אריבער דאס לעבן אויף א ווייטאגליכער וועג
מיר פאלן אריין אין גריבער וואס מיר גראבן אויף אליין
שטענדיג קומט א שטרויכלונג און מיר פאלן טיפער אלע טעג
און מיר ווערן נישט געהאלפן ביז מיר כאפן א טרונק אריין

מיר פרובירן צו פירן דאס לעבן אויפן וועג פון אמאל
מיט די גרינע בלעטער קען מען דאך גרינגער די ווייסע טויבן זען
אבער עפעס שטערט אלס און מיר פרעגן אלעמאל
און קיין רואיגקייט מיר טרעפן נישט ביז א טרונק טוט געשען

אן קיין איין קינד אן א הויז און אן א ווייב
נאר איך אליין מיטן גלעזל זיצן איינזאם אין א שמועס
נישט דא צופיל אזעלכע ווי מיר איך גלייב
מיט אזויפיל צער באקליידעט פון קאפ ביז פיס

מיין געוויסן עס ציט מיר אלס צו גאר א ווייטע פלאץ
איך ווייס אליין נישט פונקטליך וואו דאס איז
אבער ערגעצוואו אין די וועלט עס געפינט זיך איך שאץ
און אנקומען אהין ווי שנעלער שוין יעצט איך מוז

ווען וועל איך שוין אנקומען צו די פלאץ פון ליבע און רחמנות
איך האב שוין גענוג געלעבט צווישן די געהעריגע אן סוקסעס
געליטן פון אלעם און זיכער פון די מיט די גוטע כוונות
ווי א ארט פון בארבארישע שלעכטהייט די וועלט זעה איך עס

איך וואלט ווען גענומען נאך א פרואוו
און זיך אינגאנצן פארהוילן פון מיינע טיפע שעמען
און אראפגעשריבן א לאנגע דעטאלירטע בריוו
אבער עס איז דאך נישט דא צו שיקן פאר וועמען

וועל איך ווייטער מוזן דא עלנד זיצן
און טרונקען נאך א גלאז
און זיך ווייטער פרובירן צו באשיצן
פון די קאלטע ווינטן און פון זייער שארפע בלאז

אדער וועט יא אמאל עפעס ארויפשיינען פון הינטן
א ווארעמע זון מיט שמייכלנדע שטראלן
און צושפרייטן די וואלקענעס און בארואיגן די ווינטן
און שיקן אריין צו מיר ליבליכע אפענע סיגנאלן

און אויב וועט דאס פאסירן אין די ווירקליכקייט
ווער זאגט אז וואס עס פעלט מיר וועט עס מיר גיבן
אויב האב איך איצט אזוי פיינט די מענטשהייט
וועל איך שוין ווארשיינליך נישט וויסן דאן אויף צוריק צו ליבן

דעריבער זיץ איך מיר אליין דא אין מיין שטוב
און טרונק א גלעזל פון דעם ביטערן טראפ
נישט ווייל איך האב עס זייער שטארק ליב
נאר ווייל דאס קען מיר ברענגען עטוואס סדר אין קאפ

און אויב זענט איר מיט מיר אויפן שיפל
און מיין מצב איר האט ארויס
דאן זאגט מיר איבערן טרונקען אויב עס האט א שיעור וויפיל
ביז עס וועט מאכן די פראבלעמען אויס...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:20 am

Ouch
העלפען קען איך דיך נישט, וועל איך כאטש מיטרינקען א גלעזעל און ווינטשען לחיים - טא לייף!
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 974
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:10 am

סיין דיך ארויף אויף איינע פון די "טענק יו האשעם" גרופעס, ותראה פלאות....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18075 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט