בלאט 1 פון 1

אזא וואונדערליכער וועלט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:41 pm
דורך הדסים
איך זע רויזעס אין רויט, ביימער פון גרין.
פאר מיר און פאר דיר, איך זע זיי בליען.
און איך טראכט זיך צו מיר,
אזא וואונדערליכער וועלט.

איך זע וואלקנס פון ווייס, הימלען פון בלוי.
די ליכטיגע טעג, די נעכט טונקל אזוי.
און איך טראכט זיך צו מיר,
אזא וואונדערליכער וועלט

אזוי שיין אין די הימלען, די רעגנבויגן קאלירן.
עס גלאנצט אויך אין די אויגן, פון די וואס טוען שפאצירן.

איך זע פריינט זיך באגריסן, זאגן וואס מאכט דיין שטוב.
עכט מיינען זיי, איך האב דיר ליב.

איך הער קינדער וויינען, מערן זיך אן צאל.
זיי וועלן לערנען מער, ווי איך וועל אמאל.

און איך טראכט זיך צו מיר,
אזא וואונדערליכער וועלט.
יא, איך טראכט זיך צו מיר,
אזא וואונדערליכער וועלט.

https://www.youtube.com/watch?v=CWzrABouyeE