אוועק פון דיר, צוריק און צוריק

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

אוועק פון דיר, צוריק און צוריק

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:53 pm

אומעטיג און איינזאם
רעדן צו זיך אין הארץ
מחשבות צו יענעם
אבער צו מיר שווארץ

קוקט ארויס צום ליכטיג, ווען שווארץ
אבער ווען זוניג, די שווארץ עס טאנצט

פארוואלקענט און פארוועקלט
פארוואס אליינס
אבער ווען מיט יענעם
די הארץ שרייט מיט שטום

צח ואדום
איז די פנים
בלוי און שווארץ
איז די הארץ

קום שנעל
אבער פון מיר גיי
די מויל ביים שוועל
אבער די געפיל ווייט

וויל ארויס
אבער בלייבן פארשפארט
זיין גרויס
אבער קליין פארבלייבט

ארויס פונעם מצר
אריין אונעם ייצר
צוריק אין גבול
אוועק פון שוהל

א מז"ט אפגעבן
פארן אבי הבת
שטיי דערנעבן
אנטלויף צום גאס

צוריק אין תפיסה
מיטן אייגענעם ווילן
או חברותא
או מיתותא

וואס צו טוהן
וואס צו זאגן
וואס צו טראכטן
מיר נישט צו שלאגן

ווי אויפן STAGE ביים שפיל
אנעם סקריפט
נישט וויסענדיג די ציהל
וואס איך בין
וואס טראכט ער
פארוואס נישט מיר
דארף מיר יא
אדער נאר א שפיל

איך דארף עס יא
אבער וויל עס נישט
גיב מיר א HUG
איך וועל געבן א SHRUG

אוועקשטופן
אבער שרייען שטום
קום צוריק
מיין קרוין, מיין בלום
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2002
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2523 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 7:35 pm

דאס איז א מייסטערהאפטיגע פאעזיע, א ריזיגן יישר כח.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט