נייע פאום / דער טונקעלע מארגן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

נייע פאום / דער טונקעלע מארגן

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פרייטאג נאכמיטאג, פיל איך פלוצלינג ווי מיין הארץ גייט אויס פון יסורים מבית ומבחוץ.
כ'האב זיך אראפגעזעצט שרייבן אן ארטיקל פאר'ן קומענדיגען שבת בלעטל. פלוצליג זעה אז ס'גראמט'זיך עפעס אזוי. נאך צוויי שעה האב איך זיך געטראפן מיט א פואם. ס'געפעלט מיר זייער. איך שרייב עס יעצט איבער אין לשון המדינה מיט א ביאור אינדערזייט. כ'וואלט הנאה געהאט אויב איר קענט אנווייזען וועלעכע שורה כאפט אייך דאס מערסטע.
אז איהר פארשטייט עפעס נישט, שעמט אייך נישט, פרעגט.

וזהו:
דער טונקעלער מארגן

1. ווי נאר די זון שיינט אויף אין די מארגען
2. זעה איך די וועלט טונקעלער ווי נעכטן,
3. שטיינער, שמוץ אין די נייע ווינטען
4. די נעכטיגע שיין, טוהען זיי פארדעקן

5. פון איין טאג אויפן צווייטען
6. אן אונטערשייד שווער צו באמערקן,
7. אבער איך דענק און איך ווייס
8. שווארץ היינט איז אמאל געווען ווייס

9. נארמאל, שיין, פיין, ערליך און פרום
10. ליינט זיך היינט שלעכט און קרום
11. אלץ טיפער אין גלות
12. פארדרייט די משמעות

13. ווען עלטערע זאגן: ס'איז נייע מנהגים
14. לאכט מען אויס די באים בימים
15. אבער פראקטיק פון קיין-לעקטער צייטען
16. אדאפטירט מען, מ'טוט זיי אפירקראצען

17. מנהיגים, אדמורי"ם און עסקנים
18. פראנצויז'שע און מצרי'שע מקובלים,
19. חסידים, אשכנזים און ספרד'ישער
20. דער פרומער איז דער געווינער

21. שטיי ווייט פון די אלטע מקורות
22. וואס שטימען נישט מיט די מסורות,
23. דו ווייסט אפשר נישט, דו כופר?
24. ס'איז אלץ א טעות סופר!

25. קהילות און מוסדות קאנקורירן מיט התבדלות
26. הא הא, מיר האבן שטרענגערע תקנות, א גדלות!
27. און די יונגע תינוקות?
28. אומשולדיגע קרבנות

29. מסיני איז נאר מקובל
30. הייסע לאקשען קוגעל,
31. גלייבן דארף מען אינעם רבי'ן שליט"א
32. דער גרעסטע בארג שכיחא

33. אומנות איז יווניש
34. פונקטליך איז נאציש
35. פארשטיין איז ליטוויש
36. פרעגן איז משכיליש

37. א קולא? א פירצה
38. אהבה? א פריצה
39. רשות? פונעם רבי'ן
40. געלט? פארן רבי'ן

41. א היתר? פאר יענעם בדיעבד
42. פאר מיר לכתחילה,
43. מחאות קשיות און היתכן
44. איז נאר כלפי דעם שכן

45. פון די היינטיגע מוסרים כאפט מען שיריים
46. און די אלטע מחלוקת'ן ווערן לשם שמים
47. ווען א יעדע עובדא ווערט אן הלכה-למעשה
48. און יעדע הלכה אוועקגעמאכט מיט א מעשה

49. נואפים זענען מקורבים
50. דיסארדערס ווערן מנהגים
51. שקרנים זענען עדות
52. קַטנות ווערן קפידות

53. ס'איז גוט אז דו ביסט מוחה
54. אזוי ווייס איך אז ס'איז תורה
55. די רבי מעג פארן, צום ים, צום בארטן
56. חסידים חלילה, אלע מוזן הארכן

57. אין די הייעך קענסטו מיר צווינגען צו שטיין
58. ווען דו טאנצט מיט דיין טאכטער אליין
59. ווייסטו פארוואס איך טאנץ און קלאטש?
60. איך זעה דיך אין גיהנום, א שטיק אש

61. די וועלט ווערט אלץ אפען און ברייטער
62. אבער טראכטן? חשוב'ער ווי שמעלער,
63. ס'איז מיר געבליבען נאר צו זארגען
64. ווי מער טונקעל קען שוין זיין מארגן?
Under influence

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר