בלאט 1 פון 1

אור חוזר

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2020 11:39 pm
דורך בעל רגש
געזוכט אין דיין שווארץ אפפל
דעם פינק ווי א שליסל צו מיין טיר
גענישטערט און דיין הארץ קלאפל
א ווינק בלויז אביסל פארשטייט מיין שפיר
מיין אייגענער בילד אנטדעקט
פילפארביג קאלירט
דאפעלטע שילד ערוועקט
אין שפיגל פארמירט
א שאטן אפפעקט...

קאלירן -רעפלעקטירן
א בלויזער - אור חוזר
צירוק ווארפט
קלאנגען -קיין געזאנגען
פאוואליע-א כוואליע
די אויער שארפט
פינקלט אין ים די נעכט
א שיין פון א שיין
קיין קעניג א בלויזער קנעכט
דאך שענער איז זיין
שאטן אפפעקט...

וואלן -רעטונג שטראלן
אנכאפן ארויפדראפן
איך שפעקוליר
ריאליטעט- בייז ציטרעט
חלומות בריק -פארבינדן די שטריק
גאר צי מיר
מיין בליץ א שטראל
חושך צישטויס
מיין קריץ א בייל
סך-הכל בלויז
א שאטן אפפעקט....

ליקו''מ תורה ע''ו - קפ''ד