שאך-מאט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

שאך-מאט

הודעהדורך בעל רגש » זונטאג מערץ 08, 2020 12:46 am

רעטעניש פון לעבן געלייזט
פארגאנגען די טעג פון פיין
אילוזיע א בלויזער פון טרייסט
ווען געטרונקען די טייך פון וויין
נישט דא קיין וועג אויף צוריק
שוין פארזוכט פון עץ הדעת
פארברענט איז יעדער בריק
בלויז אויף מיר אליין אין כעס,

פון קלעטערן א מידער
א ווייסע פאן איך הייב
די שיף איז אן א רודער
אין מיין ציל שוין אליינס נישט איך גלייב.

נישט אלס איז געפינס
די ענטפער צום זיך
שאך-מאט איז נישט מיין ציל
זיכן איז טרעפן אויך אויב איך פארקריך
ווי לאנג איך בין אין שפיל.

די בילד ענדליך ערגענצטער
אויף ספק פייערט זיג
הערשט דאן א נייע פעסטער
דער לייב אנטלויפט פון פליג
די לעצטע שלאס פארשפארט
געעפנט טירן מיליאן
די שליסל אין ים פאר'צער' ט
דערשטיקט א יאוש טאן.

ווען ענטפער ברענגט א פראגע
פתרון ספיקות באשאפט
פון קעמפער שווערער די לאגע
די שלאכט פארלירט איר האפט.

נישט אלס איז געפינס
די ענטפער צום זיך
שאך-מאט איז נישט מיין ציל
זיכן איז טרעפן אויך אויב איך פארקריך
ווי לאנג איך בין אין שפיל.

די כאפסטו מיר ביים קארג
ווען איך פרעג שוין נישט פארוואס
שעפשעסט און אויער הערשט דאן
אין גאלדענעם בארג
אין פערלנעם שלאס
ס'איז בוודאי יא פארהאן....

ע'' פ סיפורי מעשיות
מעשה מאבידת בת מלך
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
בעל רגש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 12:08 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט