ווען דער טייוול הערשט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

ווען דער טייוול הערשט

הודעהדורך ספרא דמרא » זונטאג מערץ 29, 2020 9:14 pm

בס"ד

ווינטן בלאזן ס'קאלט און ס'שרעקט
יעדער אינדערהיים די לאדנס פארדעקט
די לופט פון מגיפה שטארק און שרעקליך שמעקט
די סירענעס פון די אמבולאנסן זיך ווידערוועקט

דרייט זיך דער טייוול מיטן מעסער מיט לעבהאפט
שעכט און פארשניידט מיט זיין גאנצע קראפט
קיין פארזיכערונג קעגן אים נישט געשאפט
דעם טייוול אין די אויגן קוקן פארגאפט

ווער ווייסט ווער איז דער נעקסטער אויפן ליסטע
ווער וועט אומקומען נאר דורך לופט פוסטע
ווער פון שטארבן איז דען אין די גיסטע
דער טייוול וויל איבערלאזן א וועלט א וויסטע

שפריצן די רעדער פונעם אמבולאנס
ווער האט דען אמאל געהערט אזאנס
פליט ער מיט א טומל אין שפיטאל פאר די שאנס
פילייכט האט דער טייוול פארלוירן באלאנס

אין שפיטעלער א טומל ווי קיינמאל בעפאר
זיי ליגן אויף דער ערד מיט געוויינען אומקלאר
א בראך צו דאס לעבן א בראך צו די יאר
זיך נעמען דאס לעבן איז לייכטער אויב קלערן מען טאר

וויינען יתומים קרעכצן אלמנות
וואו הערשט נאך אויף די וועלט רחמנות
די גאנצע בריאה קוקט מיט בטלנות
ווי אויף די וועלטס חכמה נישטא קיין בעלנות

ווער איז פארזיכערט אויף די האסטיגע וועלט
וואס שטערט א ביזיון און וואו העלפט דאס געלט
זיכער איז אין גאס פונקט ווי אין געצעלט
איבעראל הערשט דעם טייוול'ס שעלט

טייוול טייוול קער זיך אוועק
האסט אנגעזייט אזא אומזיסטע שרעק
ווען פון די וועלט וועט מער נישט בלייבן א לעק
וועסטו רואיג זיין דאן? דיינע פלענער אויפדעק!
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

Re: ווען דער טייוול הערשט

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 29, 2020 9:27 pm

ספרא דמרא האט געשריבן:בס"ד

ווער איז פארזיכערט אויף די האסטיגע וועלט
וואס שטערט א ביזיון און וואו העלפט דאס געלט
זיכער איז אין גאס פונקט ווי אין געצעלט
איבעראל הערשט דעם טייוול'ס שעלט

IMG_6775.jpg

רש״י (שמואל ב כד יד).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1186
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron