בלאט 1 פון 1

גיי דיר וועלט!

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 30, 2020 3:06 am
דורך ספרא דמרא
גיי דיר וועלט גיי שוין
ווער ברויך דיין גוטס און שלעכטס
גיי דיר וועלט גיי שוין
אלס אונזערע הערצער דו צוברעכטס
גיי דיר וועלט גיי שוין
און פון מיר שוין פארגעס
גיי דיר וועלט גיי שוין
דו ביסט פאר מיר נישט דער ריכטיגער אדרעס
גיי דיר וועלט גיי שוין
פאלגסט מיר גייסט אין שוואנג
גיי דיר וועלט גיי שוין
מיר זעען שוין דיין אונטערגאנג
גיי דיר וועלט גיי שוין
אפשר וועט פון אונטער דיר עפעס ארויפשווימען
גיי דיר וועלט גיי שוין
וואס וועט בעסער מיט אונז שטימען
גיי דיר וועלט גיי שוין
וואס שיקסטו א ווירוס ווארעם
גיי דיר וועלט גיי שוין
אנע גערודער אנע שטורעם
גיי דיר וועלט גיי שוין
איך בין אויף דיר פארביסן
גיי דיר וועלט גיי שוין
און לאז קיינעם קיין גריסן

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:25 pm
דורך העניך
קאלעמוטנע ווערטער אין א קאלעמוטנע צייט. גיי דיר וועלט!

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:16 am
דורך אישתישבי
זייער שיין.

גיב נאר אבאכט ווייל די וועלט גייט טאקע.

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:08 am
דורך שבת אחים
זייער שיין!

זייער א שאפענהויער׳ן בליק אויף די וועלט!

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:22 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:זייער שיין!

זייער א שאפענהויער׳ן בליק אויף די וועלט!


וואס מיינט שאפענהויער'ן...?

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:24 pm
דורך תחכמוני

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:32 pm
דורך תחכמוני
ספרא דמרא האט געשריבן:גיי דיר וועלט גיי שוין
איך בין אויף דיר פארביסן
גיי דיר וועלט גיי שוין
און לאז קיינעם קיין גריסן

גיי דיר וועלט גיי שוין
פון דיר קען קיינער געניסן