בלאט 1 פון 1

אוֹי גָאט, עוֹלָמְךָ חָרֵב בַּעַדְךָ

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 7:57 pm
דורך פארוואס?
אוֹי גָאט, עוֹלָמְךָ חָרֵב בַּעַדְךָ

לָמָה נָפְלוּ פָּנֶיךָ - דיין קאפ אראפגעבויגן,
שטעל דיר אויף און קוק מיר אין די אויגן,
ווי א זייפן בלאז דיין וועלטל אינגאנצן צופאלט,
אונטער די חורבות קוק מיר דורכן שפאלט.


יָא! איך זאג עס אָן קֵיין בושה, אָן קֵיין שֶׁעים!
דאס גאנצע שְׁפִּיל איז נישט קיין פֶעיר גֶעים,
איך האב קיינמאל קיין שאנס נישט באקומען,
די בחירה צו קומען אהער - קיינמאל גענומען!


א שיינע וועלטל האסטו געוואלט באשאפן,
יעצט האסטו באשלאסן עס צו צו-ווארפן,
אויב דו פארשטייסט אז דאס איז ריכטיג,
מיט וואס איז מיין עקזיסטענץ דא בכלל וויכטיג?


לִי הַכֶּסֶף וְהַזָהָב - דו פארמאגסט אלעס,
ווי אזוי קען איך דער העלפן מיט מיין דלות?
יוֹדֵעַ כָּל יֵצֶר - דו ווייסט אלעס,
אפשר קענסטו מיר פארענטפערן מיינע שאלות?


הַכֹּל יָׁכוֹל - דו קענסט טוהן אלעס,
אויף די פראבלעמען נעם אויך בַּעַלוּת,
בטרם כל יצור נברא - דו ביסט דא פאר אלעס,
וואס מאכן אויס מיינע מעלות?


אז אן קיין געלט צוזאמען מיט די אמונה,
צו וועמען פונקטליך איז דיין תלונה?
אז אן קיין וועלט צוזאמען מיט די אמונה,
וואו פונקטליך וועט רוהן דיין שכינה?