מער נישטא...

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

מער נישטא...

הודעהדורך ספרא דמרא » זונטאג אפריל 26, 2020 5:18 pm

בס"ד

די טרער איך וויל ווישן
ס'גייט נישט אראפ
קיינער טוט זיך נישט רישן
ס'גייט נישט אריין אין קאפ

אז דו ביסט מער נישטא

עלנד ווי א שטיין
דיין לעבן אפגעלעבט
חתונה געהאט אליין
קיין פאמיליע אויפגעוועבט

און ביסט שוין נישטא

ווען דיר געזען
כוחות אלס פארלוירן
גארנישט איז געשען
אבער שוין דיר אנגעוואוירן

ביסט אוועק און מער נישטא

ניין און פערציג יאר
זיך געפלאגט אין אומעט
א גוט ווארט זאגן מען טאר
אויף דיר יסורים מלומד

ווייל ביסט מער נישטא

כאטש איז דיר בעסער
דארט ווי דא
די רעאליטעט איז א שארפע מעסער
אשרי מי שלא חטא

פרייסט זיך אז ביסט נישטא

ליגסט אין דעם קאסטן
דיין גוף גיבט זיך נישט א ריר
ניטאמאל א לוי' ווי עס טוט פאסטן
פאר דיין לויטערע שפור

ביסט אט אט נישטא

מען גייט דיר באגראבן
וועסט ליגן דארט אינעווענדיג
כ'גיי דיר מער נישט האבן
אבער בלייבסט אין מיין הארץ שטענדיג

אפילו ביסט שוין נישטא

דיין קבר מ'גייט נישט אויפמאכן
און עס וועט בלייבן פארמאכט
אבער דו וועסט אויסלאכן
דער וואס האט פון דיר געלאכט

ווייל דו ביסט מילא נישטא

האב מיר אינזינען
ווען דו גייסט ארויף אויבן
דו האסט דעם לעבן שפיל געווינען
מען וועט דיר אויסלויבן

אבער ביסט נישטא

פארמאכט זענען דיינע אויגן
אבער דיין זעל קוקט מיר אן
איך שטיי אראפגעבויגן
און וויין מיט א טרויער פאן

אז דו ביסט שוין נישטא...

אין עהרע פון די פארשיקטע, די קוים אנגעקוקטע, פארווייטאגטע און צוקלאפטע, זינען באטאפטע, א געמיינדע מי מנה, אבער יעצט מיט קורונה, פארהאקט די בוך, מער נישט זען ביז משיח...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » מיטוואך אפריל 29, 2020 2:08 am

אוי אוי! הארציגע רירנדע ווערטער, @ספרא דמרא איך קען איינער וואס איז אוועק פון די קאראנע און יעדע ווארט וואס דו האסט דא געשריבן וואלט מען געקענט שרייבן אויף אים... (אפשר האסטו עס טאקע געשריבן אויף אים, גיי ווייס?)
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט