"די מאדערענע פלויטען פין בארבאריזים''. אלטערנאטיווע פאעזיע

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

"די מאדערענע פלויטען פין בארבאריזים''. אלטערנאטיווע פאעזיע

הודעהדורך במדבר » זונטאג מאי 03, 2020 2:55 pm

די מאדערנע פלויטען פון בארבאריזים, און איר געשאנק פארן פויערטום.

א טראנס עסעי


אין איינעם א טאג, אנטפלעק איך זיך, קלעטערענדיג אויף לאנגווייליגע טערמינען פון פארשטאנד, ווען אין די זייטן, טוהן פארביי שווימען, הויכע באבערדעלטע דערנער, אויף אירע רערן טשוויטשקן ווילדע חזרים, שרייענדיג די רויטע פארוואלקענטע, פאפיר הימנע.

רייכערנדיג געווירצן פון אפטימיזעם, טוט מיין קערפער ארויסשטארצן צענדליג פיינפולע אויגן, וואס באוואונדערן דאס אוניווערסיאלע נאטור געשפענס, עס רינען פון איר טרערן פון פארגאנגענהייט, און עס פרעגט זיך מיר: בין איך אויף אייביג פארלאזט?

טוהן אבער דאך די געזעצטע, הימל גרייכענדע קיפערנע מויערן, שענקען פיס טריט פון האפענונג, די הערצער אין א טאנץ, טרינקענדיג די אינערליכע ברימען פון די כוואליעס קולטוראעליזים, וואס די פאריזער אראומע פארשפרייט, איבער די מעדיטרענישע ברעגע זאמדן, און שפיגלט אויך אפ אויף אירע מארשירענדע זינג פויגלן.

לויפענדיג מיט אן אומבויגזאמע אטלעטישע ברויז, פארטראכט ווי די פאלק פון לעבן, צועפנט זיך דער מענטשליכע נויט פליגל, און טוט מיר באצויבערנד שנעל אראפ פירן אין די לעכער פון די לבנה, אנדעקטנדיג פאר מיר ענדלאזע שטרעקעס פון זומפיגע טייגן, וואס די "באבעלאנישע קאמעטעי", וועט שיקן אין א הומיניטארישע פראצעס, נאך די פארהוילענע אנקלאגע פין די "פארזיסט לימענעס פאראיין", זיי די טייגן, האבן זיך מיט מיר באקענט, און אין געהיים אינוואדירט מיין אינטערן באוואוסטזיין, זייענדיג קליין שטעטעלדיג, ווערנדיג ערצויגן אין העל-רויטע מעלאנכאלישע טערעטאריע, האט מיר גענומען א פילע גענעראציע, אויפצומערקן דאס זיי טוהן אין מיר אינסטאלירן אן אטאמישע רעאקטער, ווארשיינליך פאר קלאסישע מוזיק, טרעפנדיג זיך פרעגן, איז דאס נישט א פאראדאקס צי העליניזים, באדייט דאס נישט אז א דייעטע פין בלוט דיאמאנטן, איז דאס מערסטע זעטיג?

אין א פראווו צו ראטעווען דו צוקונפט, שפיר איך א געברויך צו אנטדעקן פאר די וועלט פון קאסמאלאגישע גרויסקייטן, פויערטום האט שוין ערצייגט גרעסערע קוואנטומ'ס פון ערדישע ווירקזאמע פילאזאפירענגון, ווי די גריכישע שירעם גרופעס, ווארום אריסטוטלעס אליינס, איז דאך געווען א בליענדע קאקטוס געוויקס!

אזוי אריבער קריכנדיג די גרעניצן פון דיפלאמאטיזים, טוהן ווי פאלענדע וואלקן קראצערס, מיינע הענט זיך שפירן, עס טוט ווייען ווי די בלויע געזיכטן פון טרויער, קיינמאל וועלן מענטשן פארשטיין, דאס מענטשהייט פון פארציקענדע ציין, דאס איז עס! ברענגט צו אייערע קענטעניס, איר זענט איבערגענומען פון בייזע גייסטן, און דאס הייל מיטל עקזאטישע פרוכט זאפט, ראט די קראנקן שוועסטער פאראיין!

דער מח פון געווענדליכע שטאפלן. וואס געט א געצענדינערישע סטאטוס פארן גיין אין שפאן, און קניט פארן זייגער, וועט קיינמאל גלייכן דאס צענטערזירן זיך, אויף א ארט וואס ערווארטעט, א באלדיגע ביאלאגישע עקספלאדירונג. ביזן פארפיינטן די עלאגאנץ פון נאכלאזיקייט. זי פארעמט נישט אין זיך אסטעטישקייט, און דאס שטערט זיי פון אנקניפן גלאבאלע אנערקענטינעס, אין א רעגירונג געפירטע פלאנעטן קריג, נישט זעהנדיג "די באשעפעניש אלס עקזיסטירענדע פאקט טעאריע", א קאנספיראציע, וואס איר מאטעריע, ברויכטיילן פון שעקספעיר'ס דראמע.

דערמיט טוהן זיי פארוואנדלן, די היינטיגע תלמוד פארש צענטערן, אין מיוזיקאלישע קלאבס, מיט די גרעסטע "האסידיק" קענער, וואס דאס טוט ווידער באשטעטיגן וואס מיר טוהן ווידערהוילן אפט, אז טרינקען אפט אים פרילינג צייט "גראדע ווענט", פראדעצירט פעיגקייט הארמאנען, וואס איבן אויס דריק, פארשנעלערענדיג די געווינס פון אייביגע הארציקייט, איבער די אינערליכע שלעכטס פון גוט טאהטן.

אנערקענט דאס פארטראכטע רענאסאנס ארטיסטען, קאנטראלירן די פיזישע אטאמען פון לעגענדע. שוין! די אינוואדירער נייטן מיין געדאנק צוריק צום לבנה, און איך זעה, דא זיך שאקלן פרום, די דערהויבענע געדאנקען פין די צידונ'ישע אסטראנאטן, אירע ערשטע באזיכער, זיי פארפילן די הוילקייט, אנצייגענדיג אז ווען גרעוועטאציע ציט נישט אראפ, טראכט מען נישט ערדיש, און לאזט נאך איבער די מחשבות, פאר שפעטערדיגע פארשענגונג.

עס צושפילט זיך, מיין הארפ "די מעלאדיע פין אייביגע פרידן". איז דאס א קאשמארישע אילוזיע? אדער גאר שווארצע קינסט?.

פיקציע און ריאלעטעט וועט נאך קלאפן הענט, די בערגיגע האריזאנט וועט נאך ענערגיש טאנצן, בארוהיגט מיר מיין געוויסן: דיזני'ס מייזלעך וועלן אויף אייביג שמייכלן.



(א דאנק פאר כל ר''ז)
א אינטעלעקט גלייכט זיין איינזאמעקייט, ווי א מעזאכיסט דערנידערונג.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט