רצוא ושוב - גאטעניו, אנה מפניך אברח

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

רצוא ושוב - גאטעניו, אנה מפניך אברח

הודעהדורך זבולון » פרייטאג מאי 08, 2020 10:40 am

געטשאלענדזשט, געשאקלט, און צובראכן,
מיטן חרב המתהפכת אלעס צושטאכן,
אראפגעווארפן אלע יאכן,
געפראוועט שבת ווי אינדערוואכן.


דיין שטימע מער נישט געוואלט הערן,
דיינע געדאנקען נישט געוואלט קלערן,
האסט צוגעקוקט ווי איך וויל אנדערש ווערן,
מיינע פלענער האסטו נישט געוואלט צושטערן.


ערו ערו עד היסוד - אויסגעריסן,
פון גארנישט מער געוואלט וויסן,
ניטאמאל פון די גוטע חלקים געניסן,
די וואסער מיט די בעיבי אויסגיסן.


לך לך מארץ מולדתך - ווייט אנטלאפן,
ניטאמאל צוריקגעקוקט צו לאזן האפן,
א פתח כחודו של מחט נישט געלאזט אפן,
-- ווען פלוצלינג דא דיר אנגעטראפן.


פון דיר אנטלאפן מיט א שטורעם,
אוועקגעשטויסן אלע שקרים,
אריינגעפלויגן אריין אין דיין ארעם,
אריינגעדרינגען אין אלע איברים.


ווען איך בין מיט דיר צומישט,
זעה איך וואס דו ביסט נישט,
דאס האט זיך קיינער גערישט,
אזוי צו פאלן אין דיין ארעם צוקושט.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 268
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

רצוא ושוב - גאטעניו, אנה מפניך אברח

הודעהדורך מי אני » פרייטאג מאי 08, 2020 12:47 pm

זייער שטארק!

די פאעזיע טוהט אפשר אויך מרמז זיין צו א סארט קשר צווישן קארטיזשיען דאַוּבּט וואו מ׳טוהט אלע עסאָמפּשענס וואס מ׳נעמט אן צום ערשט אוועקווארפען, און דאס געדאנק פון נעגאטיווע/אַפּאָפעטיק טעאלאגיע וואו מ׳קען טאקע נאר וויסן וואס [די מושג פון] ג-ט איז נישט [מ׳דארף באמת ארויסווארפן אלע עסאָמפּשענס וואס מ׳האט וועגן דעם מושג פון ג-ט].

מ׳קען אפשר אויך טייטשן אין דעם על דרך פון די פאעזיע אז די פסוק, בנוגע שעת מגיפה (עיין בב״ק ס:), זאגט (ישעיה כו כ-כא) לך עמי בא בחדריך וגו׳, והיינו קוואראנטין וכו׳ און דערנאך איז די פסוק ממשיך, כי הנה ה׳ יוצא ממקומו וגו׳, והיינו אז דעמאלטס איז אן עקזיסטענשאל שעת הכושר מתבונן צו זיין אין דעם וואס ג-ט איז נישט; ארויסצוגיין פון דעם הגדרה און מקום בקאַגנישׁאָן וואס מ׳האט אויף דעם מושג פון ג-ט וכנ״ל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 875 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט