בלאט 1 פון 1

מיין הארץ איז אויף צוויי צוריסן

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 12:55 am
דורך פארוואס?
מיין הארץ איז אויף צוויי צוריסן,
פון דאס טונקלקייט וויל איך נישט וויסן,
פון דעם לעכטיגקייט קען איך נישט געניסן,
אינעם עץ הדעת האב איך אריינגעביסן.


מיין לעבן איז בין קודש לחול,
צווישן מאנהעטן אין קרית יואל,
בֵּין שָמַיִם לארץ ובין ארץ ל‍ִִשְאוֹל,
אבער איך הער נאר צוריק מיין ווידער-קול.


איך בלייב זיצן און קלערן ביים צוים,
איך הער אז מ'זינגט *וקם וקם וקם*,
אהבה רבה און אהבת עולם בקול רם,
אבער זיי האבן געגעסן פון אן אנדערע בוים.


איך הער אז מ'זאגט *מ'גלייבט ווייטער* ווי א נאר,
מ'ווייקט זיך אין מקוה און מ'טרינקט אין בַּאר,
פונעם פתח של מחט איז שוין דא א שַעַר.
אבער זיי קענען נישט באגרייפן מיין צַעַר.


פונעם *יוסיף מכאוב* ליידן טעג און נעכט,
בצל החכמה זיין געבינדן ווי א קנעכט,
וואס לוינט זיך צו זיין גערעכט,
ווען דער אמת איז אזוי שלעכט.