בלאט 1 פון 1

מיין הארץ איז אויף צוויי צוריסן

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 19, 2020 12:55 am
דורך פארוואס?
מיין הארץ איז אויף צוויי צוריסן,
פון דאס טונקלקייט וויל איך נישט וויסן,
פון דעם לעכטיגקייט קען איך נישט געניסן,
אינעם עץ הדעת האב איך אריינגעביסן.


מיין לעבן איז בין קודש לחול,
צווישן מאנהעטן אין קרית יואל,
בֵּין שָמַיִם לארץ ובין ארץ ל‍ִִשְאוֹל,
אבער איך הער נאר צוריק מיין ווידער-קול.


איך בלייב זיצן און קלערן ביים צוים,
איך הער אז מ'זינגט *וקם וקם וקם*,
אהבה רבה און אהבת עולם בקול רם,
אבער זיי האבן געגעסן פון אן אנדערע בוים.


איך הער אז מ'זאגט *מ'גלייבט ווייטער* ווי א נאר,
מ'ווייקט זיך אין מקוה און מ'טרינקט אין בַּאר,
פונעם פתח של מחט איז שוין דא א שַעַר.
אבער זיי קענען נישט באגרייפן מיין צַעַר.


פונעם *יוסיף מכאוב* ליידן טעג און נעכט,
בצל החכמה זיין געבינדן ווי א קנעכט,
וואס לוינט זיך צו זיין גערעכט,
ווען דער אמת איז אזוי שלעכט.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 19, 2020 1:50 am
דורך יאסל ראקאווער
ס'איז נישטא קיין פארוואס. ווייל ער האט געגעבן פון די עץ הדעת.

ס'קוקט אויס אז ווען די קאנסט אויסשפייען די עפל וואלסטו ווען עס געטון אן צוריק טראכטען. אויב קענסט עס טון, אבער נישט מיט מחשבה און דעת נאר מיט קעמיקאלען און סינטעטישע מאטריאלן ווי צום ביישפיל פילן אדער מאריכואנע, וואלסט אויך געגליסט די אלטע תמימות'דיגע אמונה?

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 19, 2020 1:54 am
דורך זבולון
.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 19, 2020 1:55 am
דורך פארוואס?
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז נישטא קיין פארוואס. ווייל ער האט געגעבן פון די עץ הדעת.

ס'קוקט אויס אז ווען די קאנסט אויסשפייען די עפל וואלסטו ווען עס געטון אן צוריק טראכטען. אויב קענסט עס טון, אבער נישט מיט מחשבה און דעת נאר מיט קעמיקאלען און סינטעטישע מאטריאלן ווי צום ביישפיל פילן אדער מאריכואנע, וואלסט אויך געגליסט די אלטע תמימות'דיגע אמונה?


אבסולוטלי ניין!

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 19, 2020 2:17 am
דורך יאסל ראקאווער
וועןַ דיין עץ הדעת עפל וואלט געווען אינגאנצען געצייטיגט וואלסטו אפשר פארשטאנען אז די שיינקייט פון אמונה מיט innocence איז א קעמיקאל אומבאלאנס וואס מ'קען אויך אנשטעלן מיט פילן. איי די סייד עפעקטס און mood swings? שוין דאס איז א סייד אפעקט, ווי די חרטה און הרהור תשובה מאמענטן פון מאנראו. און אפשר וועט נעמען צוויי טויזענט יאר צו פערפעקטען די פילן. אבער ס'וועט זיין א ארטאדאקסישע פיל איין טאג וואס וועט געבן די זעלבע הנאה.

פארשטייט זיך אז דאס איז בכלל נישט נוגע אויב האסטו געגעסן פון זייער בוים אויך און די דעת איז משתמש בערבוביא און ס'איז מפרכת מיט קאנפליקט און זיך. אבער דאס איז נישט א צוריסן הארץ צווישען מאנראו און מאנהעטעןַ דאס איז מאנראו אין מאנהעטען.

ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן דאס איז אויך א innocence און ס'איז גאר נישט קיין שלעכטער קיגל. איינער האט לאקשען קיגעל און איינער האט פאטעיטא קוגל. אבער ס'איז און די ראמען פון קוגל. ס'איז גארנישט קיין עפל.

הלואי איך קען נאר א פאום פון דאס מאכען. ס'איז הערליך שיין באגלייט מיט פאסיגע טענער.

איך האב שטארק הנאה געהאט.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 19, 2020 9:47 am
דורך פארוואס?
ייש"כ,
אין אמת'ן מיין פאום (און אנדערע מיינע, בכלל) זענען לאו דוקא צו באשרייבן מיין פערזענליכע לעבן, עס איז געווענליך א געוויסע אספעקט אין מיין לעבן, עפעס וואס איך קען רילעיטן דערצו.

דיין ערשטע שפעקולאציע איז ריכטיגער, איך רעד פון איינער וואס איז נישט אין מאנהעטן און נישט אין קרית יואל, נישט אין מקוה און נישט אין די באר. ער שטייט ביים צוים, און טרעפט נישט קיין פלאץ פאר זיין איידענטיטי.

די אנדערע וועלכע האבן געגעסן פונעם אנדערן בוים, (עץ החיים אפשר), זיי זענען פוסחים על שני הסעיפים, דא רעדט מען פון איינער וואס האט קיין איינס נישט. אביסל ברוח פונעם מימיני מיכאל משמאלי גבריאל.

אבער עס איז לאו דוקא איינער וואס איז געפארן ארויס פון קרית יואל קיין מאנהעטן, דאס זעלבע איז איינער וואס איז געפארן די פארקערטע וועג, ואין כאן המקום להאריך.

מיין הארץ איז אויף צוויי צוריסן

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 19, 2020 9:56 am
דורך מי אני
זייער שיין (עז יוּזשעל)!

איך האב (נאך) נישט אויסגעהערט די צוגעלינקטע שירים אבער כ׳האב געטראכט אביסל מפרש צו זיין א חלק אין דעם פאעזיע אזוי. לגבי טריפות נעמט מען אן אז די האַרץ (פון א בהמה) האט דריי חדרים (עיין ביו״ד סימן מ). יעצט, ווי @ראובן האט ארויסגעברענגט אין זיין פאעזיע איז דאס לעבן און יקום צאמגעשטעלט פון א שילוש פון קודש, חול, און טמא. און די עבודה פון א מענטש איז צו קענען מבחין זיין אין דעם מיטל וועג, אז ס׳איז נישט נאר א דיכאטאמיע פון קודש און טמא; ס׳דא די חול אויך ע״ש.

דער תפארת ישראל אין זיין דרוש אור החיים טוהט אויף אז דאס מענטש איז אויך צאמגעשטעלט פון דריי חלקים: א גוף החומרי, א נשמה רוחנית ממעלה, און א סארט נפש וואס איז אינדערמיט און מקשר די צוויי הפכים פון די נשמה צום גוף. ער זאגט אז דאדורך קומט צושטאנד תחיית המתים, אז טאמער די מיטל סארט נפש ווערט נישט בטל איז דאס צוריק מקשר די צוויי הפכים לעתיד ע״ש. עכ״פ די דריי באשטיינדלען פונעם מענטש קען מען אויך באטראכטן ווי כנגד דעם שילוש הנ״ל, מיט דעם מיטל סארט נפש (וואס ברענגט תחיית המתים) קעגן דעם מיטל פון חול. ווי באקאנט זאגט די גמרא אין סנהדרין (צ:) אז די ווארט ״וקם״ אינעם פסוק (דברים לא טז) הנך וגו׳ איז מרמז צו תחיית המתים ע״ש.

יעצט, דער רמב״ם אין מו״נ (ח״א פ״ב) איז מבאר אז שכל צו פארשטיין חכמות המושכלות, וואס דאס איז להבחין בין אמת לשקר אין די ריכטיגע חכמה, האט שוין דער מענטש געהאט אפילו פאר׳ן חטא עץ הדעת. די עץ הדעת האט אים נאר צוגעגעבן די מפורסמות (וואס איז גראדע פוגם און א מדריגה אראפ פון קענען משיג זיין נאר די מושכלות אליין), צב״ש ריכטיג/געמיין, שיין/מיאוס אא״וו, ע״ש באריכות. מ׳קען דאס אפשר באטראכטן אז דער חטא עץ הדעת האט (אויך) אריינגעלייגט די הכרה פונעם מיטעלסטע מדריגה פון חול בנפש האדם, וואס דאס ברענגט נאך מער א צומישעניש אין זיין הכרה פון א דיכאטאמיע בין אמת לשקר/בין קודש לטמא. דאס קען מען אויך זאגן איז די סיבה פאר די חילוק וואס מ׳זעהט אז ביי א מענטש איז דא צוויי חרדים בלב (עיין בברכות סא.) משא״כ בבהמה כנ״ל. ווייל ביי דעם מענטש׳נס לב המבין וואלט מעיקרא ווען יא געדארפט ווען צו בלייבן א דיכאטאמיע פון צוויי, ווי איידער די דריי וואס מ׳טרעפט לעומתו ביים בהמה. ווי אויך איז סתם אזוי באקאנט אז דעה ווייזט אויף די יכולת להבדיל ולהבחין (עיין בירושלמי בברכות ה ב).

איז לפי כל הנ״ל קען מען אפשר זאגן אז די רמז דא אין פיוט איז אז מ׳האט אויך געהאט כמו געגעסן פונעם עץ הדעת, וואס דאס ברענגט צו די מיטעלסטע שלב פון חול צווישן קודש/אמת און טמא/שקר, און דאס טוהט צוגעבן צו דעם צעמישעניש פונעם מענטש, בפרט ווען ער איז דער וואס קען דאס מבחין זיין בדעה און ער איז צווישן א סביבה וואס האט נישט די יכולת צו אנערקענען אז אזוי איז די מציאות.

און דאס איז וואס ער איז מרמז צו דעם אז ״די האַרץ איז צוריסן אויף צוויי״. והיינו, ווייל אונז טרעפן מיר ביי אן ענין פון האַרץ אז עס זענען דא ״דריי״ חדרים דערין כנ״ל, והיינו לדרכינו לרמז כנגד די ״דריי״ שלבים, ביחד מיט די מיטעלסטע פון חול, אבער די סביבה קען נאר מבחין זיין ״צוויי״. און דאס איז אויך די פיוט מרמז צו די ״דריי״ מאל ״וקם וקם וקם״. והיינו, ווייל ווי כנ״ל קומט דאך צושטאנד תחיית המתים, וואס צו דעם איז די פסוק מרמז מיט ״וקם״, דורך טאקע אט די סארט מיטעלסטע סארט נפשיות׳דיגע באשטיינדל אין די דריי חלקים וואס מאכן דעם מענטש וכהתפארת ישראל, וואס קען גערעכענט ווערן ווי כנגד ההבחנה פונעם חלק החול בין קודש לטמא וכנ״ל.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 19, 2020 10:09 pm
דורך פארוואס?
זייער שיינע דרושים, עס איז ממש מכוון אל האמת, ווי דרשות דברי יואל אויפן פסוק.

אויב וואלסטו געטעשעקט די לינקס, וואלטן מיר דערלייגט אזא הפלא'דיגע פשט אויפן *וקם וקם וקם*.

Re: מיין הארץ איז אויף צוויי צוריסן

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 19, 2020 10:36 pm
דורך מי אני