איינזייטיגע ליבשאפט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

איינזייטיגע ליבשאפט

שליחה דורך ספרא דמרא »

בס"ד

העלא וואס טוט זיך
מיין שטימע אביסל איך הייב
אבער מיין ווידער קול הער איך
געזאגט צו שטיל איך גלייב

העלא א גוט מארגן
איך שריי אביסל העכער
איך הייב זיך אן זארגן
צו איך בין דערהערט נישט זעכער

איך שפיר דערווייטערט
איך גיי אבער נענטער צו
אינגאנצן פארמאטערט
אבער צו דען הערסטו

ווי א שאטן פון א טונקעלער זון
גייסטו מיר איינזאם נאך
נישט קיין ווארט פון וואו איך בין
אריין טיפער אין דעם לאך

אריין און ארויס איך גיי
קומסט מיט און רעדסט נישט
ביטע מיר פארשטיי
פארוואס איך בין צומישט

מיינע האפענונגען און ליכט
האסט פארלאשן און דערשטיקט
טרערן קייקלען אויף מיין געזיכט
אין די נעכט ווען קיינער קוקט

איך ווייס נישט וועמענס שולד
אבער איך זעה זיך נישט מיט דיר
אין איין איינגעראמטן בילד
קום און ענטפער מיר

עס איז מיר קאלט
ווארעמקייט איך ברויך
מיין געפיל רוישט און קוואלט
האב דו מיר ליב אויך

איך קען דיר פיל גיבן
פרוביר מיר נאר אויס
איך וויל דיר אזוי שטארק ליבן
לאז מיר נישט ארויס

איך וויל דיר ארומצייגן
איך וועל דיר ווייזן מיין וועג
אינאיינעם לאכן און שטייגן
אויב פארשטייסטו נישט פרעג

איך האב דיר ליב ריין
ווייז עס מיר צוריק
ברענג צוריק מיין שיין
מיין ליבע אין הארץ דערקוויק
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר