אז נישט דאן פארוואזשע?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

אז נישט דאן פארוואזשע?

שליחה דורך ספרא דמרא »

אז נישט קיין אהבה און אויך נישט קיין געלט
וואזשע ארבעט איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין באליבטער און אויך נישט קיין געלט
וואזשע בלאנזשע איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין גוטס און אויך נישט קיין געלט
וואזשע גלאץ איך אריין אין די וועלט
אז נישט קיין דורות און אויך נישט קיין געלט
וואזשע דארף איך די גאנצע וועלט
אז נישט קיין הערליכקייט און אויך נישט קיין געלט
וואזשע האלט איך זיך אויף דער וועלט
אז נישט קיין ווייב און אויך נישט קיין געלט
וואזשע וויל איך דערגרייכן אויף דער וועלט
אז נישט קיין זכרון עולם און אויך נישט קיין געלט
וואזשע זיי איך איין אין די וועלט
אז נישט קיין חברים און אויך נישט קיין געלט
וואזשע חלום איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין טויגליכע און אויך נישט קיין געלט
וואזשע טובל איך זיך אין די וועלט
אז נישט קיין יחוד און אויך נישט קיין געלט
וואזשע יאווע איך זיך אויף דער וועלט
אז נישט קיין כבוד און אויך נישט קיין געלט
וואזשע כְּאֵב איך האב אויף דער וועלט
אז נישט קיין ליבע און אויך נישט קיין געלט
וואזשע לעב איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין מענטשן און אויך נישט קיין געלט
וואזשע מסירת נפש ברויך איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין נחלה און אויך נישט קיין געלט
וואזשע נוצן האב איך פון די וועלט
אז נישט קיין סניגור און אויך נישט קיין געלט
וואזשע סארקאסטישקייט קומט פאר אויפן וועלט
אז נישט קיין עכטע סיבות און אויך נישט קיין געלט
וואזשע עס איך זיך אויף דער וועלט
אז נישט קיין פרנסה און אויך נישט קיין געלט
וואזשע פלאג איך זיך אויף דער וועלט
אז נישט קיין צוציעניש און אויך נישט קיין געלט
וואזשע צרות זוכן אין דער וועלט
אז נישט קיין קירבה און אויך נישט קיין געלט
וואזשע קלויב איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין רחמנות און אויך נישט קיין געלט
וואזשע רעד איך זיך אפ אויף דער וועלט
אז נישט קיין תמימות און אויך נישט קיין געלט
וואזשע תיקו בלייבן אויף דער וועלט
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר