דורך קוויטעל » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:11 am
כ'האב יעצט געשמועסט מיט חברים מעמבערס. זיי דארפן ערנסט מענטל העלפ. איינס ביי איינס זענען זיי צעשאסן און צערודערט.
א נאנטער מיינער פון חברים זאגט מיר ער קען נישט שלאפן, זייט ער איז געווען פון די ערשטע וואס זענען אנגעקומען צום סצענע, און האט נאך געהערט מוישי שרייען פון די קאר, נעם מיך ארויס איך ווער פארברענט... און ס'נישט געווען מעגליך צוצוגיין און לעשן אין מינוטען, ביז ער איז שטיל געווארן נעבעך...